top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שרי התורה חברי בד"ץ העדה החרדית באשטימען מארגן מאנטאג כ' סיון אלס יום תפילה ותחנונים

  • Bechatzros admin
  • 15 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 16 ביוני

זונטאג פ' שלח • י''ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מטעם דער בית דין הגדול שבירושלים העדה החרדית, איז באשטימט געווארן אויף מארגן מאנטאג כ' סיון א יום תפילה ותחנונים צו איינרייסן וועלטן לביטול רוע הגזירה, למען שלומם פון אחינו בני ישראל בארץ הקודש, און פאר די פארוואונדעטע אין די שרעקליכע באמבארדירונגען רח"ל דעם שבת.


די שרי התורה חברי הבית דין צדק ברענגען ארויס די ווייטאגליכע סיטואציע און רופן דעם ציבור זיך צו באנוצן מיט אונזער הייליגע תפילה מיטל, לתפוס אומנות אבותינו בידינו, און איינרייסן רחמי שמים פאר אידישע קינדער עס זאל זיי גארנישט קיין שלעכטס פאסירן.


דער יום תפילה איז באשטימט אויף כ' סיון וואס איז מאז ומקדם געוועהן א יום סליחה ותחנונים, וואו מען וועט בכל תפוצות ישראל און במיוחד אין די ישיבות הקדושות און תלמוד תורה זאל מען זאגן ספר רביעי אין תהילים, סליחות שלש עשרה מידות און שמע קולנו.


אזוי אויך בעטן די חברי הביד"ץ אז ווילאנג די אנגעצויגענע מצב הערשט אין ארץ ישראל און מען איז אנגעוואנדן אויף רחמי שמים, זאל יעדער איינער זאגן צען קאפיטלעך תהלים יעדן טאג מעורר צו זיין רחמי שמים, אז די מלחמה זאל נישט קאסטן מער קיין אידישע נפשות און אז די רואיגקייט זאל זיך צוריקקערן קיין ארץ ישראל מיט די ענדגילטיגע ישועה, מ'זאל שוין זוכה זיין ווי שנעלער צו דער גאולה שלימה מתוך רחמים וחסדים.

ree

תגובות


bottom of page