top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מעמדי "הכנסת ספר תורה" דורך האד' מסקווירא בשותפות מיט אלפי חסידי סקווירא | חלק ג'

  • Bechatzros admin
  • 5 במרץ
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 5 במרץ

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN


הנהנה מסעודה שתלמידי חכמים מסובין בה כאלו נהנה מזיו השכינה, דעם מיטוואך אויפדערנאכט נאך די געהויבענע מעמד הכנסת ספר תורה אין שיכון סקווירא, האבן אלפי חסידי סקווירא מיטגעהאלטן שעות של תענוג רוחני און נהנה געווען מזיו השכינה בשמחת התורה ביים גרויסארטיגן "סעודת חגיגת הכנסת ספר תורה" אין בית המדרש הגדול והחדש אין שיכון סקווירא ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווי מען האט אינאיינעם זיך געפריידט בשמחת התורה, ביי דער סעודה סעודה שתלמידי חכמים נהנה בה וואס האט זיך פארצויגן פאר העכער פינעף גאנצע שעה פון שמחה והתרוממות הנפש.


עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה כיד המלך, ווי דער בית המדרש הגדול איז געווען אויסגעשטעלט אויף א מייסטערהאפטיגע פארנעם, סיי די זיץ פלעצער, סיי די הויך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן, און סיי די גאלעריען, צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה אנשים נשים וטף. אזוי אויך אין די אלטע היכל הבית המדרש ווי עס איז אין די ערשטע שעה'ן פונעם מעמד געווארן סערווירט די סעודה פאר די בחורים און פרחי אברכים, און אזוי אויך ביי די ארומיגע גרויסע שאטער'ס.


א הערליכע מוזיקאלישע חבריא האט מהנה געווען בשירה ובזמרה במשך דעם גאנצן מעמד, אנגעפירט דורך די חסיד'ישע אינגעלייט משוררי בית סקווירא. בשעה 9:00 האבן די אלפי חסידים געהאט די געוואלדיגע זכי' מקבל פנים צו זיין את פני רבם ומאורם כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א דער ראש ומנהיג העדה קדישא הדין בשירה ובזמרה בתוף ובמחול.


דער רבי האט זיך געוואשן נטילת ידים צום סעודה הגדולה, און מען האט געזינגען לעבעדיגע ניגוני שמחה, אזוי אויך עטליכע ניגונים וואס מען זינגט שמחת תורה ביים טיש.


ביים סעודה איז אנוועזנד געווען א משלחת כבוד בשליחות כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ווי עטליכע דייני ק"ק בעלזא אין ארה"ב אינאיינעם מיטן משמש בקודש הרב אליעזר ווינד זענען צוגעגאנגען צום סקווירא רבי שליט"א איבערגעבן דעם פערזענדליכע וואונטש וואס איז געשיקט געווארן דורך דעם בעלזא רב שליט"א לרגל די גרויסארטיגע מאורע.


אזוי אויך איז אנוועזנד געווען הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בן גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואס איז געקומען באשיינען דעם מעמד בשליחות אביו דער וויזניצע רבי שליט"א.


ביים אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממנחנובקא בעלזא שליט"א. און דערנאך האט דעם רבינ'ס זוהן הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א פארגעזינגען די  דעם מקובל'דיגן ניגון אויפ'ן פיוט "ובאו כולם" וואס איז מקובל פון הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע, און איז יאר- יערליך געזינגן געווארן צווישן חסידי בעלזא, ביים עריכת השולחן לכבוד חג קבלת התורה, יום טוב שבועות, באקאנט אלס דער "ובאו כולם טיש".


דער משא המעמד איז געהערט געווארן פון דעם רבינ'ס זוהן בנו בכורו הרב הצדיק ר' אהרן מענדל שליט"א, ווי ער האט מאריך געווען מיט שטארקע דיבורים לרגל די גרויסארטיגע מאורע, ווי ער האט צווישן אנדערע ארויסגעברעגנט די מתנה לרגל די הכנסת ספר תורה די הייליגע ספר תורה פון דער הייליגע בעל שם טוב הק' זי"ע, און דערביי ארויסגעברענגט די קשר נפשיות צווישן די סקווירא רבי שליט"א און מחנובקא בעלזא רבי שליט"א. ווי אויך האט ער שטארק ארומגערעדט בשבח איבער די שטארקע גדרים וסייגים בקדושתן של ישראל בעניני טעכנאלאגיע ביי חסידי סקווירא אונטערן הייליגן מבצע "קדשינו". אזוי אויך שטארקע דברי חיזוק בקביעות עיתים לתורה, מחזק זיין דער לימוד פונעם טעגליכע שיעור אין "עמוד יומי", די זעלבע ביי עסקי פרנסה זאל מען האנדלען אינאיינעם צווישן אנשי שלומינו איש את רעהו יעזורו, און מען זאל זיך ווייטער האלטן מיט א אחדות, סיי די חסידים וועלכע האבן די זכי' צו וואוינען אין שיכון, און סיי די חסידים וועלכע וואוינען אין אנדערע שטעט.


מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א אויסגעפירט זיינע רייד מיט א תפלה והודאה אז מען זאל ווייטער זוכה זיין אויף לאנגע געזונטע יארן נהנה צו זיין מזיו אורו הבהיר פון מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מען זאל זיך קענען קלאמערן לאורו און אויספירן זיינע הייליגע רצונות עד ביאת הגואל.


נאך די ווארימע ווערטער פון הרה"צ ר' אהרן מענדל, האט מען געברענגט פארן סקווירא רבי'ן א הערליכע גלאז ווי עס איז געווען אריינגעלייגט דערין העכער א פערטל מיליאן שעות רצופות וואס עס איז געלערנט געווארן אין מוסדות סקווירא העולמי אלס הכנה דרבה צום גרויסן חגיגה, ווען דעם רבינ'ס פנים האט אויפגעלאכטן פון שמחה מיט א געוואלדיגע קורת רוח ונחת דקדושה.

צווישן די שעות פונעם מעמד איז פארגעקומען די מעמדי סיומי רבתי אויף כל התורה כולה וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט געבעטן צו לערנען לקראת דעם מעמד.  סיום ספר תנ"ך איז מכובד געווארן הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא. סיום ששה סדרי משנה און ש"ס הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא. סיום הלכה ד' חלקי שו"ע הרה"ג ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא בארא פארק. סיום מדרש ומוסר הרה"ג ר' שלום פאללאק שליט"א חבר הביד"צ שיכון סקווירא. סיום ספרי חסידות הרה"ג ר' מענדל גאלדמינצער שליט"א חבר הביד"צ שיכון סקווירא. הדרן דעם רבינ'ס זוהן הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א, דערנאך האט מען געזאגט קדיש דרבנן.


לרגל די גרויסע חגיגה, איז פארגעקומען א שיינע שפיל, ווי מען האט אויסגעשפילט די הייליגע מעמד "מתן תורה" וויאזוי די גוים האבן נישט געוואלט מקבל זיין די תורה, און מען האט דאס הערליך אריינגעפלאכטן אינאיינעם מיט די הייליגע מבצע "קדשינו" וויאזוי אזויפיל טויזענטער אידן זענען זיך מקבל קבלות טובות לגדור גדר בקדושתן של ישראל. נאכן שפיל האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א נאכגעמאכטע ספר תורה וואס עס איז געווען אריינגעשריבן דערינען אלע קבלות טובות וואס אלפי חסידי סקווירא האבן זיך אונטערגענומען אונטערן מבצע "קדשינו".


צום קלימאקס איז געהערט געווארן לענגערע "ברכות הקודש" פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' פון לימוד התורה, און אלע שמות פון תנאים ואמוראים וואס מען האט דערמאנט ביים לערנען זאל מגין זיין אויף אונז, און מעלה געווען לשבח די געוואלדיגע זכי' פון די אלע קבלות טובות בעניני טעכנלאגיע פון אזויפיל טויזענטער אידן אונטערן הייליגן מבצע "קדשינו".


נאך די ברכת הקודש האט מען געזינגען מיט גרויס לעבעדיגקייט די ניגון "שישו ושמחו" דער ניגון וואס מען זינגט שמחת תורה ביים טיש, און דער רבי האט זיך גענומען קלאטשן מיט גרויס התלהבות גענוי אזוי ווי די "קלאטשן טיש" שמחת תורה, וואס דאס האט אריינגעשלעפט די אלפי חסידים אין א זעלטענע שמחה והתלהבות.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"צ ר' ישכר דוב רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א. נאך ברכת המזון האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ, און דער רבי איז געבליבן שטיין על מקומו נישט קענענדיג זיך געזעגענען פון אזעלכע געהויבענע מאמענטן די יומא אריכתא אשר קדוש הוא מבואו ועד צאתו, מען האט געזינגען עטליכע לעבעדיגע ניגונים בשעת ווען דער רבי שליט"א מאכט שמחה'דיגע תנועות מיט די הענט ווען אלע טויזענטער חסידים פרייען זיך מיט בשמחת התורה.


ווען דער רבי האט אנגעהויבן ארויסצוגיין איז שוין געווען ארום 1:30 אויפדערנאכט, און מען האט אנגעהויבן צו זינגען בקול רנה ותודה המון חוגג די נייע פארפאסטע לעבעדיגע "שהחיינו ניגון" וואס איז נתחבר געווארן לרגל החגיגה דורך הרב ר' יעקב יוסף בוקסבוים הי"ו מחשובי חסידי סקווירא.


דערמיט האט זיך געשלאסן די געהויבענע לעכטיגע טעג ביי חסידי סקווירא אומעטום, ווי די הייליגע ימי האורה וועלן בלייבן איינגעקריצט פאר לאנגע יארן מיט גאלדענע אותיות ביי אלעמען צוגלייך, כי הוא לנו עוז ואורה.

ree
ree
ree
ree
ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree
ree
ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree


תגובות


bottom of page