top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקודש פנימה: איראנער הויפט-רב באזוכט ביי האד' מסאטמאר

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

א גייסטרייכע באזוך איז דעם ליל שישי אפגעראכטן געווארן דורכ'ן הויפט רב אין איראן הרב יהודה גאראמי שליט"א במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, וואו דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער'ן וואוילזיין פון די אידן אין איראן, ספעציעל אין די יעצטיגע תקופה ווען עס הערשט אן אנגעצויגענקייט צווישן מדינת ישראל און איראן.


ביים באזוך איז דער איראנער הויפט רב מיטבאגלייט געווארן דורך עטליכע חשובע עסקנים פון הנהלת מוסד רב טוב, ובתוכם הרבני הנגיד ר' אברהם ווידער הי"ו מעיאר פון שטאט קרית יואל און הרה"ח ר' אריה ראטה הי"ו,  וועם דער רבי האט באזונדער אויסגעפרעגט בפרטיות אויף די אלע ברייטע פעולות פאר די אידן אין איראן, און ווי אזוי זיי באווייזן אויפצוטון גדולות ונצורות אינערהאלב זייער עבודת הקודש.


דער רבי שליט"א האט זיך אינטערסירט איבער די וואוקס פון די אידישע קהילה און די מוסדות החינוך אין טעהראן און אנדערע מקומות אין איראן, און איבער די נאכווייען פון די אנגייענדע מלחמה וואס האט געהאט א שטארקן אפעקט אויף די אידישע געמיינדע.

צום שלוס האט מען געלאדענט דעם רבי'ן צו די יערליכע מסיבה לטובת מוסד רב טוב וואס דער רבי טוט יאר יערליך באשיינען זייענדיג אן אויסנאם פאל, דער רבי מאציל געווען ברכת קדשו פאר די חשוב'ע רב ער זאלן ווייטער זוכה זיין אויפצוטון און ארויסהעלפן אידישע קינדער מיט הצלחה און סיעתא דשמיא, און געוואונטשן א ברכה מיוחדת לכבוד די בעפארשטייענדע בר מצוה פון זיין זון למזל טוב.


תגובות


bottom of page