טויזנטער חסידים אונטער'ן רושם פון געהויבענעם חתונה בחצרות וויזניץ - פרעמישלאן
- Bechatzros admin
- 9 במרץ
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי שב"ק פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
מיט טיפע התרגשות האבן מאסן חסידי וויזניץ און פרעמישלאן מיטגעהאלטן די גרויסע חתונה בבית המלכות, די חתונה פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א א זוהן פון הרה"צ ר' דוד ראזענבוים שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' יעקב יצחק קליין שליט"א דומ"ץ וויזניץ, איידעם פון הרה"ח ר' אפרים פישל וויינבערגער זון פון הרה"צ ר' אשר יונה וויינבערגער זצ"ל מוותיקי חסידי וויזניץ, די שמחה איז פארגעקומען אין די גרויסע די סיטי זאל אין מעלה אדומים נעבן ירושלים עיה"ק, זייענדיג איין שטיק דערהויבענקייט און התרוממות הנפש, ווען פאר לאנגע שעה'ן ביז נאך 5:00 אינדערפרי האט מען זיך דערהויבן אין די הויכע ספערן.
מטעם די וועד החתונה, איז פארמירט געווארן א געניטע צוזאמענארבעט מיט עסקנים נמרצים פון ביידע הויפן, וועלכע האבן אינאיינעם אהערגעשטעלט די מלכות'דיגע שמחה בכל פרטי' ודקדוקי' על צד היותר טוב.
ארום 6:00 זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים, די קאפעליע פון ביידע חצירות האבן געזינגען א רייע ווארעמע ניגונים מאוצר הטוב לבית וויזניץ און נאך ווארימע ניגונים מבית נאדווערנע - פרעמישלאן, און דער בדחן ר' מענדל פישער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין, זייענדיג מקדם בברכה די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם והרבנים שליט"א. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן הרה"צ רבי משה מרדכי כץ שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
צום באשטימטן צייט איז מען ארויס צו די חופה אויפן גיגאנטישן שטח פונעם זאל. מצד החתן האט אונטערגעפירט די זיידע די וויזניצער רבי ווען צו זיין זייט שטיין דער מחותן הרה"צ רבי דוד ראזנבוים שליט"א און זיין פאטער די פרעמישלאנער רבי. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער מצד החתן, הגה"צ רבי יוסף באב"ד מלפנים דומ"ץ בעלזא לאנדאן, ברכות ראשונות איז צוטיילט געווארן צווישן די עלטער פעטער מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, און די זיידע פון כלה הרה"ח ר' אפרים פישל וויינבערגער שליט"א, די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, נאכן חופה האבן ביידע זיידע'ס האדמור"ים אנגעוונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים מיט גרויס התרגשות, און באלד דערויף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.
די סעודת החתונה איז געוועהן צוגעגרייט אויף א ברייטע פארנעם. דורכאויס די שמחת החתונה האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די משוררים פון ביידע הויפן. ארום 10:00 זענען די זיידעס ההאדמור"ים שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, לקול תרועת השמחה ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבן זיך בריקודין של שמחה בעוז ותעצומות, די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום סעודת החתונה בעת מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין לענגערע שעות נאכאנאנד. בשעת די ריקודין האבן זיך אנגעזעהן פילצאליגע אדמור"ים, רבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי: האדמורי"ם מוויזניץ בית שמש, קרעטשניף ירושלים, פיטסבורג, ביאלא בני ברק, סטראפקוב, אונגוואר, קרעטשניף קרית גת, טרעבישאן, טשערנאוויץ, מיאלען, האחים הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הגה"צ רבי זאב ארנסטר אבד"ק מאור חיים ירושלים, און הגה"צ רבי אליעזר ארנסטר אבד"ק מאור חיים צפת. הרה"צ ר' נחמיה און הרה"צ ר' דוד אלתר בני האדמו"ר מגור.
די זיידע האדמו"ר מפרעמישלאן האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס כמנהגו בשמחת צאצאיו, דער רבי האט אנגעהויבן ברשות אדמו"ר בעל הבית הזה. מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די פעטער'ס פון ביידע צדדים: הגה"צ רבי חיים מאיר האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מוויזניץ, הרה"צ רבי ברוך האגער בן האד' מסערט וויזניץ חתנא דבי נשיאה פון האדמו"ר מוויזניץ, הרה"ח ר' אליעזר ליפא לערנער פון לאנדאן, הרה"ג ר' פישל וויינבערגער מטארקא, מיט ברכה אחריתא איז נתכבד געווארן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא. עס איז שוין געוועהן נאך צוויי אזייגער באנאכט ווען דער בדחן ר' זרח אייזנבאך מחסידי פרעמישלאן האט אויפגערופן די זיידע כ"ק אדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א, נאכגעפאלגט מיט ווארימע ניגונים כהכנה דרבה צו די ריקודי קודש. דערנאך האט מען מכבד געוועהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א צו טאנצן מיטן חתן.
צום קלימקס פון די געהויבענע שמחת החתונה האט מען אויפגערופן דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, ברגשי התעלות האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודין לפני הכלה, דערנאך מיטן חתן, און דערנאך א עקסטערע ריקוד מיטן מחותן כ"ק אדמו"ר מפרעמשילאן שליט"א.
דערנאך איז די פעטער האדמו"ר מקרעטשניף געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה אנגעכאפט מיט די זיידעס האדמורי"ים שליט"א. מען האט דאן אויסגערופן הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, צו טאנצן מצוה טאנץ, דער וויזניצער רבי איז שפעטער אריינגעקומען אינעם רינג מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי און די קינדער. דערנאך איז געטאנצן די זיידע הר"ח ר' פישל וויינבערגער און די מחתונים אבי החתן און אבי הכלה.
עס איז שוין געוועהן נאך 5:00 אינדערפרי ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט געוואונטשן ברכת קדשו אום געזעגענט אלע געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען צו פארן צו די שמחה הרוממה.































































































































































Comments