top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויתנו לכם כתר מלוכה • הכתרה פאר פרישע אדמורי"ם ורבנים לשם ולתפארת

 

הגה"צ אבד"ק צאנז שליט"א קרית יואל

הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א


שטייענדיג נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל, איז אויפגענומען געווארן מיט פרייד איבער די הרחבת גבולי הקדושה, ווען דעם שב"ק פרשת כי תצא וועלן זיך עפענען די טויערן פון א נייע ביהמ"ד אין קרית יואל 'בית המדרש צאנז' וועלכע וועט שטיין בנשיאות בנו הגה"צ רבי קלמן האלבערשטאם שליט"א אבד"ק צאנז. הרה"צ אבד"ק צאנז שליט"א פון קרית יואל, האט יארן לאנג מרביץ תורה געווען אין די סאטמאר'ע ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג ווי דער רב שליט"א האט זוכה געווען אוועקצושטעלן טויזענטע תלמידים לשם ולתפארת. דורכאויס די יארן וואס דער רב שליט"א האט געוואוינט אין בארא פארק, איז ער געשטאנען אין כסדר'דיגע פארבינדונגען מיט אלע אדמור"י ורבני העיר שליט"א אויפצוהייבן די רוחניות'דיגע אקטיוועטעטן אינעם עיר ואם בישראל, און האט אויפגעטון גדולות ונצורות אין אלע געביטן פון טעכנעלוגיע, צניעות, חיזוק תפלה און נאך פיל מיט די צוזאמענארבעט פון אלע רבני העיר. אין לויף פון אלע יארן איז דער רב שליט"א געשטאנען צו די רעכטע האנט פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מצאנז זצ"ל און האט ארויסגעהאלפן אנצופירן דאס ביהמ"ד אין בארא פארק. דער רב שליט"א פארמאגט אן עקסטערע דביקות לבית אבותיו הקדושים און האט אסאך צוגעהאלפן זיין פאטער זצ"ל מנצח זיין דעם 'שם הקדוש צאנז' מיד ולדורות, איבערצוגעבן פאר די קומענדיגע דורות למען ידעו דור אחרון צדיק מה פעל און די אויסגעטראטענעם דרך הסלולה לבית צאנז. די נייע 'צאנז'ע ביהמ"ד' אין קרית יואל געפונט זיך אויף די זעלבע ארט ווי עס האט זיך אמאל געפונען 'ביהמ"ד ציעשנוב', און אנטשפרעכט צו זיין א לייכט-טורעם פאר די גאנצע אומגעגענט וועלכע וועלן האבן די זכיה זיך צו ווייקן ביים רב שליט"א און נהנה זיין מאורו הבהיר. יאריך ימים על ממלכתו.

 

כ"ק אדמו"ר משאץ-בית שמש שליט"א הרה"צ ר' יחיאל יוסף מאסקאוויטש שליט"א

שטייענדיג נאך די הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר משאץ מונטריאל זצ"ל, האט מען אויפגענומען בנו הרה"צ ר' יחיאל יוסף מאסקאוויטש שליט"א אלס 'אדמו"ר משאץ בית שמש'. דער רבי שליט"א איז געבוירן ח' סיון תשכ"ה אין מונטריאל. דורכאויס אלע זיינע יארן האט ער געלערנט אין די בעלזא מוסדות, אנגעהויבן אין מונטריאל און שפעטער אין די ישיבה גדולה דחסידי בעלזא אין ירושלים. ט' כסליו תשמ"ז האט דער רבי שליט"א חתונה געהאט מיט הרבנית תליט"א בת כ"ק אדמו"ר מראדוויל זצ"ל חתן הרה"ק ר' הערשעלע מספינקא זי"ע. נאכ'ן חתונה איז דער רבי געבליבן וואוינען אין מאנסי און האט מרביץ תורה געוועהן לעדרים און געלערנט אין די ארטיגע כולל להוראה. ט' כסליו תשס"ד האט זיך דער רבי שליט"א אריבערגעצויגן צום שטאט בית שמש און געעפענט בית המדרש 'שאץ' וועלכע איז געווארן א לייכט-טורעם פאר די גאנצע אומגעגענט וועלכע קומען זיך מסתופף זיין במחיצתו און זענען נהנה עצה ותושי'. דער רבי שליט"א דינט אלס משפיע ומדריך ראשי פון די בעלזא מוסדות אין אשדוד און האט שוין אויפגעשטעלט טויזענטע תלמידים לשם ולתפארת. יאריך ימים על ממלכתו. אויך די אנדערע קינדער פון רבי'ן זצ"ל זענען אויפגענומען געווארן אלס אדמורי"ם לבית שאץ, און בקרוב הימים איז די פלאן אז זיי וועלן עפענען אייגענע בתי מדרשים און אנפירן אייגענע קהלות על מי מנוחות. ועוד חזון למועד.

 

כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א הרה"צ רבי אשר חיים קאליש שליט"א

מיט גרויס פרייד האבן חסידי אמשינוב אין בית שמש, אויפגענומען דעם נייעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' אשר חיים קאליש שליט"א מאמשינוב-בית שמש, זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו ב"פ זצ"ל חתן הגה"צ ר' אהרן מנדלזון שליט"א בן הגה"צ גאב"ד קוממיות שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א. דעם פארלאפענעם דינסטאג נאכט האבן זיך בשעה טובה ומצלחת געעפענט די טויערן פון די נייע אמשינוב'ע ביהמ"ד 'בית יוסף' אין בית שמש וועלכע איז סטאנצאנירט אין די נייע חרדישע געגענט אין 'רמה ד'. ביים מעמד האבן זיך באטייליגט א רייע גדולי אדמורי"ם ורבנים שליט"א פון בית שמש, צווישן זיי: כ"ק האדמורי"ם מלעלוב, דזיקוב-וויזניץ, וויזניץ-ב"ש שליט"א און נאך. אזוי אויך האט זיך אנגעזען דעם רבינ'ס עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א מב"פ און הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער נייע רבי שליט"א האט געלערנט אין זיינע בחורישע יארן אין 'ישיבת לוצערן' ביי הגאון האדיר רבי יצחק דוב קאפעלמאן זצ"ל און שפעטער האט ער געלערנט אין 'ישיבת טשערנאביל' אין בני ברק. אין זיינע בחורישע יארן האט ער זיך אסאך געווייקט ביי הרה"ק ר' שמעון נתן נטע מלעלוב זצ"ל וועלכע פלעגט אים ארויסווייזן א חיבה יתירה און שטארק מכבד זיין. דער רבי שליט"א האט ערווארבן א נאנטן קשר מיט בנו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א מיט וועמען ער האט געלערנט בחברותא לאנגע יארן. נאכ'ן חתונה האט דער רבי שליט"א אסאך יארן עוסק געווען אין מקרב זיין צובראכענע בחורים לאביהם שבשמים און איז באקאנט אלס אן אויסגערופענע מחנך, זיך אפגעבענדיג ספעציעל מיט די שוואכערע בחורים, זיי אויפצוהייבן על במתי התורה והיראה. היינטיגן מיטוואך לאזט זיך דער רבי שליט"א ארויס אויפן וועג קיין ניו יורק לכבוד א משפחה שמחה און זונטאג כי תבא ביינאכט וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו אין ביהמ"ד אמשינוב אין ב"פ. יאריך ימים על ממלכתו.

 

הגה"צ אבד"ק דעעש-מאנסי שליט"א

הרה"צ ר' יחזקאל פאנעט שליט"א


אין די יעצטיגע טע גאיז פארענדיגט געווארן די בוי-ארבעט פון 'ביהמ"ד דעעש' אין מאנסי וועלכע וועט שטיין בנשיאות הרה"צ ר' יחזקאל פאנעט שליט"א אב"ד דעעש-מאנסי בן כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק יעמרינג שליט"א. די נייע ביהמ"ד געפונט זיך אויף די 'נאורט קאול' גאס אין מאנסי איז ערווארטעט צו זיין א לייכט-טורעם פאר די גאנצע געגענט איבערהויפט פאר די פילע דעעשע חסידים וואס וואוינען אין מאנסי. פארלאפענעם דינסטאג איז געפראוועט געווארן די 'מעמד חנוכת הבית' פאר די נייע ביהמ"ד אינאיינעם מיט די שמחת התנאים ביים עלטסטן קינד פון רב שליט"א, מיט דער חתן אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מטאהש און תולדות אהרן שליט"א. דערביי איז פארגעקומען די 'מעמד קביעת מזוזה' דורך כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א וועלכע איז אנגעקומען צוגאסט פון ארה"ק זיך צו באטייליגן ביי די שמחת החתונה פון אן אייניקל און באנייען דאס נייע ביהמ"ד דחסידי דעעש אין מאנסי. יאריך ימים על ממלכתו.

 

ישיבת תורת דוד זוטשקא-אמסנא

בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא-אמסנא שליט"א


מיט גרויס פרייד איז די פאלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן די 'מעמד פתיחת הזמן' לכבוד די עפענונג פון די נייע ישיבה קטנה למציונים 'ישיבת תורת דוד זוטשקא-אמסנא' על שמו ועל זכרו פון הרה"ק ר' נתן דוד מאמסנא זי"ע. אין די לעצטערע חדשים האבן די עסקני הקהלה שווער געארבעט אפירצוזוכן די בעסטע בחורים מסלתה ומשמנה פון שטאט בני ברק, וועלכע זענען אויסגעקליבן צו זיין די ערשטע תלמידים און אוועקשטעלן די יסוד פון דעם זוטשקא-אמסנא ישיבה. די ישיבה הקדושה שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מזוטשקא-אמסנא שליט"א וועלכע איז יארן לאנג באוואוסט אלס אויסגערופענע מחנך און האט א באטעמ'טע שפראך מיט בחורי הישיבות וועמען ער טוט מחנך זיין על דרך ישראל סבא בצהלות פנים. אלס 'ראש הישיבה' איז אויפגענומען געווארן הרה"ג ר' אברהם יעקב ריגר שליט"א און אלס 'משפיע רוחני' הגה"צ ר' בערל ויטריאול שליט"א מרבני חצר הקודש נדבורנא. די ישיבה הקדושה איז סטאנצענירט אין די אלטע געביידע פון חצר הקודש נדבורנא אויף רחוב מינץ אין שטאט בני ברק – די ארגינאלע ארט ווי הרה"ק ר' איתמר'ל מנדבורנא זי"ע האט אפגעראכטן די עבודת הקודש פאר צענדליגע יארן. די וואך איז פארגעקומען א רייע באנקעט 'מעמד התייסדות' אין בעפארברייטונג צו א מעטשינג קאמפיין וועלכע טראגט דעם סלאגאן' וצונו להקים שם ושארית' מיטן ציהל צו שאפן פאנטאסטישע סומעס לטובת די נייע ישיבה, וועלכע טוט אריינשלעפן דעם רבי'ן שליט"א אין גרויסע חובות. די פראכטפולע באנקעט איז פארגעקומען אויפן דאך פון 'היכלי מלכות' זאל אין בני ברק, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעטראטן בדברות קודש.

 

bottom of page