top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישער מאמענט אין ירושלים: חתימת מגילת היסוד צום אויפבוי פון ביהמ"ד הגדול דקהל פני פנחם

לפני 9 שעות
זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט פרייד און עקסטאז האבן חברי ק"ק פני מנחם מיטגעלעבט די היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב די קהלה, ווען היינט צופרי איז פארגעקומען א באשיידענע מעמד "חתימת מגילת היסוד", אין בעפארברייטונג צו די מאסיווע בוי פראיעקט פון דעם נייעם תל תלפיות, ביהמ"ד הגדול דקהל פני מנחם תחת נשיאותו פונעם ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

ווי ברייט באריכטעט מיט א צייט צוריק, האט די ירושלימ'ע שטאטראט אוועקגעשאנקען פאר קהלת פני מנחם א ריזן גיגאנטישער שטח אין הארץ פון ירושלים, אויף רחוב תורה מציון, וואס האט ביז היינט געהערט צו די שטאטראט, און ס'איז דארט געווען קווארטירט די ראדיא סטאנציע - רשות השידור. נאך פארשידענע פארהאנדלונגען און ביוראקטראטישע פראצעדורן איז באשטעטיגט געווארן אז דער שטח ווערט געשאנקען פאר די אויפבליענדע קהלת פני מנחם וואס איז דערווייל סטאנציאנירט אין א צייטווייליגע בנין אויף רחוב יוסף זיו, צו קענען מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה און אויפבויען א בנין גדול ומפואר וואס וועט מתנוסס זיין לשם ולתפארה אלס לייכט טורעם פאר די פילע הונדערטער חסידים ומעריצים וואס קומען זיך מתחם זיין לאורו הבהיר פונעם ראש ישיבה.

ביים מעמד וואס איז פארגעקומען היינט צופרי האבן זיך באטייליגט דער ראש ישיבה שליט"א, און זיינע ברידער די קינדער פונעם פני מנחם, הגאונים רבי יעקב מאיר אלתר שליט"א און רבי דניאל חיים אלתר שליט"א, צוזאמען מיט די רבני הקהילה ובראשם דער דיין הגאון רבי בצלאל וואקסלשטיין שליט"א, און נאך אנשים חשובים ופני העדה.


איידער די מעמד איז דער ראש ישיבה און זיינע ברידער אנגעקומען צום שטח הבני', ווי דער מנכ"ל המוסדות הרב נחמן ווידיסלבסקי צוזאמען מיטן ארכיטעקט ר' אהרן עסטרייכער האבן פארגעלייגט די פלענער פונעם בוי-פראיעקט וועלכע וועט ארייננעמען אין זיך א ריזיגן בית מדרש, שטיבלעך, א מקווה, א שמחה זאל, און אויך א תלמוד תורה. 


דער מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט פרקי תהילים און דערנאך האבן דער ראש ישיבה און זיינע ברידער שליט"א אונטערגעשריבן אויף די מגילת היסוד וואס וועט אריינגעלייגט וווערן ביי דער מעמד 'הנחת אבן הפינה' וואס וועט פארקומען אין די נאנטע טעג.

עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים רבתי, וואס איז געעפענט געווארן דורך הרב ישראל לעווין מנהל סמינר הישן, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער בית המדרש ווערט נישט געבויט פון שטיינער, נאר פון טרערן פון בענקשאפט און צימאון פון אידישע קינדער זיך צו דערנענטערן צום אויבערשטן. צום שלוס האט ער באדאנקט דעם מנכ"ל ר' נחמן ווידיסלבסקי, צוזאמען מיט די ראשי העסקנים הרב ישראל מרדכי צישינסקי און הרב שאול יחיאל מרגליות.


דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א ראש ישיבת פני מנחם וואס האט געשילדערט די היסטאריע פון די הייליגע גערער דינאסטיע, אנגעהויבן פונעם חידושי הרי"ם וואס כאטש ער האט בימיו געהאט אלע כבוד שבעולם זייענדיג מפורסם אלס א גאון עולם, האט ער דערזעהנדיג דעם אור האמת אין פשיסחא, אלעס איבערגעלאזט, און אנגעהויבן א נייע דרך טראץ די רדיפות. מעשה אבות סימן לבנים - אויך היינט אונטער די הנהגה פונעם ראש ישיבה שליט"א זעט מען די געהויבענע סייעתא דשמיא אוועקצושטעלן א דרך פאר מבקשי ה', בפרט מיט דער הצלחה פון די מוסדות פני מנחם המתנוססים לתפארה.

דאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט קורצע אבער רירנדע דיבורים, דערמאנענדיג דעם רמב"ן אז דער תכלית פון א בית הכנסת איז "שיתקבצו שם ויודו לקל שבראם ויאמרו לו בריותיך אנחנו". מען דארף דאנקען יעדן טאג אויף די חסדים, אבער דער עיקר הודאה איז אין ביהמ"ד דורך דעם וואס מען ענדערט זיך און מען ווערט אן עבד ה'. "נתן ארצם לנחלה – נחלה לישראל עבדו"—מען גייט אריין אין א נייעם בנין, אבער מען פארגעסט נישט דעם עיקר: צו זיין אן עבד נאמן פארן רבוש"ע!

דערנאך האט דער גדול האחים, הרה"צ רבי יעקב מאיר אלתר שליט"א, פארגעליינט דעם נוסח פון די מגילת היסוד וועלכע שילדערט די השתלשלות פון די גרינדונג פון ק"ק פני מנחם וואס איז נתייסד געווארן מיט זיבן יאר צוריק, אויף דעם אויסגעטראטענעם דרך פון פרשיסחא, קאצק און גור.



תגובות


bottom of page