top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרוממות'דיגע ״שבת הילולא״ פאריבער בחצה"ק באבוב-45 לרגל הילולת הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע

  • Bechatzros admin
  • 29 ביולי
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 29 ביולי

דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

דיו אלו ימי, שווער איז צו ארויסברענגען די געפילן ביי אלפי חסידי באבוב-45 נאך דעם געהויבענעם שבת הילולא ווען עס איז אפגעצייכנט געווארן די 25'סטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זי"ע, א שבת מעין עולם הבא וועלכע איז געווען איין לאנגער קייט פון קדושה והתרוממות הנפש פאר די טויזנטער חסידים וועלכער האבן מיטגעהאלטן דעם שבתא דריגלא בצל נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א.


פרייטאג עש"ק פארמיטאג, זענען איבערגעפולטע באסעס און קארס ארויסגעפארן צום הייליגן ציון אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פוקד צו זיין דעם ציון הקדוש אויפן בית החיים אין ניו דזשערזי להיפקד בדבר ישועה ורחמים בזכות בעל הילולא קדישא.


הארט איידערן זמן הדלקת הנרות, בעת ווען דער שליט"א איז געווען אויפן וועג צום טלית לייגן ותפילת מנחה, האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אויף אן אומפאראויס-באשטימטער באזוך ביים בנין ביהמ"ד החדש ההולך ונבנה. דער רבי שליט"א איז שנעלערהייט אדורך לארכה ולרחבה פונעם בנין הגדול פון אונטערשטן שטאק דער היכל התורה, ארויף צו אלע זיבן שטאק, ביז צום דריטן גאלעריע. און דאן תיכף אריבער צום ביהמ"ד הגדול אויף די 45'סטע גאס צום מעמד הטלית לייגן.


טראץ וואס דער ביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט מיט טויזענטער זיץ פלעצער ביי די תפילות אזוי ווי אין די ימים טובים, האט א גרויסער ציבור נישט געקענט מיטהאלטן די תפילות אין ביהמ"ד, אלע טירן פונעם ביהמ"ד זענען געווען ברייט אפן במשך אלע תפילות אז מ'זאל קענען מיטהאלטן דאס דאווענען אין די פאליש'ן און קארידארן.


די סעודות שבת פאר די געסט זענען געווען צוטיילט אויף צוויי שטאקן, די בחורים אינעם אונטערשטן שטאק פונעם בנין און די אברכים ובעלי בתים אין ביהמ"ד הגדול. עס זענען סערווירט געווארן נאנט צו 1500 פארציעס ביי יעדן סעודה, דאס עסן איז געקאכט געווארן אינעם גרויסן קאך פון די מוסדות און איז געווען צוגעשטעלט בהרחבה גדולה. ווי פארשטענדליך איז א גרויסער ציבור אהיים עסן, און שפעטער צוריקגעקומען צו די טישן.


במשך דעם שבת האט דער רבי שליט"א פארגעדאווענט פארן עמוד א גרויס טייל פון די תפילות און צוגעשיקט צום עמוד די קינדער הרבנים שליט"א, נכדי בעל ההילולא. מערערע מאל האט דער רבי משמיע געוועהן דברות קודש לעורר אהבת קדומים ולהתחזק בדרכיו הק'. פונעם בעל ההילולא: אנגעהויבן בעפאר קידוש ליל שב"ק, דערנאך בשעתן טיש האט דער רבי געזאגט תורה עטליכע מאל. דברי התעוררות פארן סדר הלימוד איידער תפילת שחרית, ביים קידושא רבה תיכף נאך מוסף,  ביים בייטאג טיש, און דברי התעוררות ביי שלש סעודות.


ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט דער רבי שליט"א געטיילט שיריים פון די לעבער פאר קרוב צו צוואנציג בחורים, יוצאי חלציו פונעם בעל הילולא זי"ע.


דער בייטאג טיש איז געוויס געוועהן א חידוש בכמות, וואס די חסידים יונג און אלט געדענקען נישט אין די היסטאריע פון באבוב די לעצטע 85 יאר, זינט די קריג.


אויפן בקשה פון רבי'ן שליט"א, זענען זיך אלע בחורי הישיבות צוזאמגעקומען שבת אינדערפרי פארן דאווענעם עוסק צו זיין במשנת בעל ההילולא, א ספעציעלע קונטרס פארן סדר הלימוד איז ערשינען מיט דברי תורה וואס דער רבי שליט"א האט געהייסן לערנען במשנת בעל ההילולא זי"ע, אלס הכנה צום דאווענען ביומא דהילולא.


לרגל די הילולא קדישא זענען ערשינען א ריי ספרים און גליונות בחצר הקודש, צום אלעם ערשטן דער הערליכער ספר ויספר שלמה חלק ב', מיט סיפורי צדיקים וואס דער בעל הילולא האט דערציילט, אפגעשריבן אויף א גרינגע שפראך אין לשון הקודש, ארויסגעגעבן דורך מערכת בית צדיקים. אין צוגאב האט מערכת בית צדיקים ארויסגעגעבן לאור עולם א קובץ דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א געזאגט געווארן במשך די פארלאפענער 20 יאר ביומא דהילולא קדישא ר"ח אב, 250 זייטן. באזונדער איז ערשינען דער קובץ הילולא קדישא, ספעציעל פארן סדר לימוד במשנת בעל ההילולא פארן דאווענען. 

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page