מעין עולם הבא: אלפי חסידי באבוב מיטגעהאלטן "שבת יארצייט" צו 25'סטע הילולא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 4 דקות
מאנטאג פ' דברים • ג' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט איבערגיסנדע געפילן פון התרגשות און התרוממות הנפש, האָבן טויזנטער חסידי באבוב מיטגעהאלטן די געהויבענע שבת קודש מעין עולם הבא ביים שבת יארצייט, די 25סטע יומא דהילולא קדישא פון דעם רועה נאמן, רבן ומאורן של ישראל כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, וואָס איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם שטייגער בבית מדרשו של רבי, וואו דער בעל הילולא האָט אפגעראכטן זײַן עבודת הקודש באחרית ימיו, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואָס האָט במשך דעם שבת מעלה געווען זכרו הבהיר פון זײַן אומפארגעסלעכן טאטן – דער הייליגער רב זכרונו לברכה – וואָס האָט באשיינט די וועלט מיט זײן קדושה און צדקות.
אויף שבת זענען געקומען צו פארן טויזנטער חסידים און געסט פון איבער דער גאַנצער וועלט לחסות בצל הקודש אינצווישן זיי די חסידים און בחורי חמד וואָס האלטן זיך אויף אין די קעטסקילס בערג במשך די זומער וואכן, אין צוגאב צו הונדערטער חסידים ואנשי מעשה פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי און קאנאדע, און אויך קבוצות מעבר לים – פון ארץ ישראל און אייראָפּע – כולם נקבצו ובאו לכבוד האי יומא רבה. די עסקנים האָבן צוגעשטעלט אש"ל מלא פֿאַר אַלע געסט, מיט אַלע באַקוועמליכקייטן שלא יחסר המזג.
ספעציעל האָבן זיך אנגעזען די רבני הקהילה וואָס זענען געקומען צו פארן מיטהאַלטן דעם שבת בצל הקודש און די צענדליגער נכדי בעל ההילולא וואָס זענען געזעצט געווארן כראוי במשך דעם שבת.
אַ שעה פֿאַרן זמן ערב שבת איז דער רב שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, וואו דער ציבור האָט זיך געשלענגעלט אין די רייען צו געבן שלום, דער רב שליט"א האָט אויפגענומען יעדן איינעם במאור פנים, און צוליב דעם ריבוי עם האָט נישט דער גאנצער עולם געקענט דורכגיין.
נאכן טלית לייגן האט דער רב שליט"א מכבד געוועהן מיט מנחה ערב שבת הגה"צ ר' נחום מאיר גערמאן שליט"א ר"מ במתיבתא ד'באבוב, פון די סאמע ערשטע און חשוב'סטע תלמידים פונעם בעל הילולא נאָך פון די בראשית יארן אין די וועסט סייד.
די איבריגע תפילות במשך שבת האָט דער רב שליט"א געדאווענט בשלהבת אש קודש און מיט אַ נעימות יתירה און געזונגען די ניגוני קודש פון דעם בעל הילולא.
ליל שבת האָט דער רב שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור אויף אַ גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול, וואָס איז געווען אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, עס איז געוועהן אַ מחזה הוד באַלד ביים אנהייב פונעם טיש ווען דער היכל הביהמ"ד מיט די הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען שוין געוועהן איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט די טויזנטער חסידים – זקנים עם נערים.
דער רב שליט״א איז אריינגעקומען צו שלום עליכם און אנגעהויבן זינגען מיט אַ קול געשטיקט מיט טרערן, ספעציעל פאר׳ן זינגען ״רבון כל העולמים״ מיט אַ זעלטענע התרגשות שלא כדרכו.
במשך דעם טיש האָט דער רב עטליכע מאל משמיע געווען אמרי קודש במשנתו פון אביו הגדול, דער בעל ההילולא, און איבער זיינע מדות טובות וואס מ׳קען זיך אפלערנען, און ארומגעשמועסט איבער דעם ענין פון קדושת הדיבור. דורכאויס דעם טיש האָט מען געזונגען די ניגונים פון דער בעל ההילולא, און ספעציעל דעם דורכגעווייקטן ״כל מקדש״, ווי אַן עלעקטראנישער שטרום איז אריבער צווישן די באטייליגטע.
ביי די טישן האָבן זיך אויך אנגעזען, אויסער די רבנים פון די באבובער קהילות וואָס זענען געקומען צו פארן אויף שבת: אב״ד טשאקאווא קערעסטיער, אב״ד פאליענע, אב״ד חליסא, הגה״צ ר׳ אלטר אליעזר הורוויץ – אב"ד אגודת ישראל, הרה״צ ר׳ ישראל ארנסטר, הרה״צ ר׳ דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, הרה״ג ר׳ אפרים ראזען דומ״ץ טארטיקוב, אב״ד קשאנוב, אב״ד קאמארנא, הגה״צ ר׳ שלו׳ פסח לאנגזאם דומ״ץ בעלזא, הגאון ר׳ יצחק צבי סופר דומ״ץ ראחמיסטריווקא, הרה״ג ר׳ אלעזר ניסן רובין, און נאך.
מיטן בענטשן האָט דער רב מכבד געווען חתנו הגדול פון דעם בעל ההילולא, הגה״צ דומ״ץ באבוב שליט"א. מ׳האָט פֿאַרענדיגט דעם געהויבענעם טיש אין די פריע פארטאגס שעה׳ן, מיט ״תנו שבח״.
ביום השבת האָט דער רב ווידער געדאווענט די תפילות פארן עמוד מיט אַ התלהבות און נעימות כדרכו. די עליה פונעם רב איז פארקויפט געווארן פארן ריזן סכום פון 100 טויזנט דאלער דורך איינעם פון די נגידים להוצאת השבת. ביים ליינען זענען מכובד געווארן מיט עליות די חשוב׳ע רבנים און געסט, און דער רב האָט געדאווענט מוסף פארן עמוד.
כמעשהו בלילה כך מעשהו ביום, האָט דער רב אפגעראכטן דעם געהויבענעם מיטאג־טיש במעמד קהל רב, און עטליכע מאל משמיע געווען אמרי קודש במשנת אביו – דער בעל ההילולא.
שפעטער נאכמיטאג איז פארגעקומען די צענטראלע פירות־טיש וסיום הש״ס. הגה״צ ראש ישיבת באבוב – חדב״ן בעל ההילולא – האָט מסיים געווען ש״ס, דער רב שליט"א האָט אנגעהויבן מסכת ברכות און משמיע געווען לענגערע אמרי קודש מתובל מיט עובדות והנהגות פון אביו – דער בעל ההילולא – וואָס דער ציבור האָט געשלינגען מיט דורשט, און מסיים געווען בברכות לרוב בזכותו של אותו צדיק. עס האָט נאכגעפאלגט די געהויבענע און התעוררות'דיגע שלש סעודות.
במוצאי מנוחה, כחצות הלילה, איז דער רב שליט״א אנגעקומען צום באבובער בית החיים אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים און די בחורי המתיבתא, און מפריש געווען צדקה לעילוי נשמתו. דער רב שליט"א איז אריין אינעם אוהל, אנגעצינדן ליכט, פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און תמניא אפי כנהוג, און פארגעלערנט משניות און געזאָגט קדיש. דערנאך איז ער צוגאנגען צום ציון הקודש און מתפלל געווען לישועתן של ישראל פאר עטליכע מינוט מיט גרויסע בכיות, זייענדיג מעורר רחמים פאר היימישע אידן המצפים לישועה, עס איז שוין געוועהן נאך 2:30 פארטאגס ווען דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם בית החיים.
דערמיט האָט זיך געשלאסן דער זעלטן געהויבענער שבת מבואו ועד צאתו, וואָס וועט איינגעקריצט ווערן אויף שטענדיג ביי די טויזנטער באטייליגטע.










































































