מעמד נהדר הכנסת ספר תורה וחינוך היכל הביהמ"ד אין טאלנא הויף אפגעראכטן מיט גרויס פראכט
- Bechatzros admin
- 23 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 24 במרץ
מוצאי שבת פ' ויקהל • כ''ב אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט פייערליכע התרגשות איז אפגעראכטן געווארן, די מעמד נהדר 'חינוך ההיכל' אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי טאלנא אין אשדוד, בשילוב מיט די מעמד 'הכנסת ספר תורה' וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן צום נייעם ביהמ"ד, נדבת הרבני הנגיד ר' בנימין בייטעל הי"ו פון בארא פארק, מגדולי תומכי הבית.
דאנערשטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א אנגעקומען צום נייעם זאל 'היכל שמחה' וואס געפונט זיך אינעם נייעם בנין הביהמ"ד און איז נתנדב געווארן דורכן חשובן נדבן ר' בינימין לע"נ זיין פאטער ר' שמחה בייטעל ע"ה. דער רבי האט דארט אפגעראכטן א מסיבת לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן נדיב ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבערגעגאנגען צום שטוב פון הנגיד ר' מרדכי מענצער הי"ו, ווי ס'איז פארגעקומען די מעמד 'סיום כתיבת האותיות'. מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אין די ספר תורה. דער נדיב ר' בנימין איז מכובד געווארן מיט הבהה און בנו הנגיד ר' מרדכי בייטעל איז מכובד געווארן מיט גלילה.
דאן האט דער רבי ארויסעגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, ווי עס האבן באגליייט א ריזן ציבור תושבי העיר און פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון ניו יורק, בתופים ובמחולות וברוב המון חוגג.
אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודין עליאין מיט א געוואלדיגע דביקות און התלהבות, און מיט איבערמענטשליכע כוחות איז דער רבי געטאנצן בעוז וחדוה, און מכרכר ופזפז געוועהן לכבודה של תורה. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיטן נדבן ר' בנימין הי"ו ובני משפחתו.
דאן האט דער רבי מכבד געווען ידיד נפשו הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איבערצוגעבן די ברכת הקודש בשליחת אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ער האט מוסיף געוועהן עטליכע דיבורים איבער די קשרי ידידות פון בית טאלנא און סקווירא און מעניני כתיבת ספר תורה. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם חשובן גאסט צו טאנצן מיט די ספר תורה.
נאכן צוריקלייגן די ס"ת אין היכל איז אפגעראכטן געווארן די 'סעודת מצוה לגומרה של תורה' אין היכל הביהמ"ד, צוגעשטעלט ברוב פאר והדר דורכן נדיב. ביים מעמד האט מהנה געווען די בארימטע 'מלכות קאפעליע' און א סעודה רחבה איז געווען צוגעשטעלט פאר'ן גאנצן ציבור זקנים עם נערים כיד המלך. צווישן אנדערע האבן זיך באטיליגט: כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און הרה"צ ר' נחמי' אלתר בן האדמו"ר מגור.
צום שלוס פונעם מעמד האט מען געהערט הארציגע גראמען פון דעם בארימטן בעל מנגן ר' ישראל אדלער און דער נדיב איז מכובד גווארן מיט בכת המזון על הכוס.


























































































תגובות