top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' במדבר - כ"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות

 

בצילא דמהימנותא • ווי ברייט באקאנט קומען צו פארן א גרויסער ציבור אידן לכבוד יו"ט שבועות קיין מעזיבוזש, ווען עס פאלט אויס די יומא דהילולא קדישא פונעם אור שבעת הימים דער הייליגער בעש"ט הקדוש זי"ע. נאך א איבעררייס פון עטליכע יאר צוליב קאוויד און די מלחמה צווישן רוסלאנד אין אקריינע, איז פארט ערווארטעט אז הונדערטער אידן וועלן וויילן דארט אויף יו"ט, צווישן זיי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.

בנאות דשא • מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ווערט געזעהן גייענדיג אין גאס אויף א שפאציר מיטן משב"ק הרב בנציון שטאנגער נאכן מעמד כבוד התורה 'לתורה ולתעודה' מסיבת חלוקת תעודות הצטיינות ופרסים פאר די תלמידי ישיבה לצעירים 'ישועות משה' וואס איז פארגעקומען אין קרית ויז'ניץ.

ממנו ילמדו • אן הערליך בילד פון כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אויפן וועג ארויס נאך א ברית וויילנדיג אויף אפרוה אין עיר הקודש צפת, האט דער רבי זיך אפגעשטעלט אין ארום גערעדט אין מחזק געווען די ארטיגע תושבים, ווען די געטרייע משב"ק האט באמערקט אז עימעצער כאפט בילדער וואס איז נגד רצון קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, האט ער גלייך געשטעלט זיין קאפעלוטש אלס די פאסיגסטע חפץ דאס צו צישטערן, מיט דעם אלעם איז די בילד אנגעקומען צו קרישקעס...

חפצי קודש • כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א ביי א שמחת השבע ברכות פון איינע פון די נגידי ותמכי המוסדות, ווי די רבי שליט"א איז מכובד געווארן צו בענטשן על הכוס מיטן היסטארישן בעכער פון מרן הרה"ק מבעלזא זיע"א.

דברי פי חכם חן • הגאון רה"י רבי שאול אלתר שליט"א ביי א מסיבת לחיים נאך א הנחת תפילין די וואך לבן אחד מחסידיו.

צדיק בא • כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא שליט"א אינעם לופטפעלד די וואך, אנקומענדיג קיין ניו יארק אויף א קורצע באזוך צום פעטער כ''ק האדמו''ר מרחמיסטריווקא שליט''א לרפו"ש.

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א היינט נאכט ביים אנקומען צום ציון הק' פון הרה"ק מריבניץ זיע"א אינעם וויז'ניצער בית החיים אין מאנסי לרגל ערב ראש חודש סיון, נאכן וויילן די לעצטערע טעג אין שטאט קרית יואל בקרב חסידיו אין שטאט, די רבי שליט"א האט מתפלל געווען און געזאגט דעם תפילת השל"ה ביים ציון הק' כחצות הלילה.

ערב הילולא בחצר ליזענסק • כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ארץ הקודש לרגל די יומא דהילולא קמייתא פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר בעל נועם יוסף מליזענסק זצ"ל, איז היינט אין די פארמיטאג שעה'ן אנגעקומען צום אלטן בית החיים אין עיה"ק צפת מתפלל זיין ביים ציון הק' פון זיין שווער דער רבי זצ"ל אין באגלייטונג פון פילע תלמידים וחסידים אין תושבי המקום, שטייענדיג ערב ר"ח סיון געציילטע טעג איידערן ערשטן הילולא וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן זונטאג ר"ח סיון הבעל"ט.

מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א ביים אנוויטשן די חתני בר המצווה פון ׳זה לזה׳ מיט א חביבות יתירה לקראת די מעמד השנתי דעם קומענדיגן מאנטאג ב׳ סיון אין ירושלים, ווערט געזעהן די רבי שליט"א מיט די נייע ליינען אויגן ברילן - א. אייזנבאך.

בקודש פנימה • חבר הכנסת יצחק גאלדקנאפף די וואך בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ווי ער האט זיך דורך גערעדט מיטן רבי'ן שליט"א ענינים העומדים על הפרק.

אין די געהויבענע טאג נאך ל"ג בעומר אין אתרא קדישא מירון איז פאבריצירט געווארן א שיין בילד פון כ"ק אדמו"ר מדזי'קוב וויז'ניץ שליט"א וואס האט האט געוויילט אין מירון, בסוד שיח מיט ר' חיים בנעט קאָמפּאָזיטאָר פון חצר הקודש סערעט וויז'ניץ וואס איז אויך געקומען פוקד זיין דעם ציון הרשב"י.

די וואך איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא פון דעם בארימטן איש קדוש און פועל ישועות הרה"ק רבי שלומק'ע מזוועהיל זיע"א. נכדו הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב האט געפראוועט אן הערליכן מעמד לחיים אין מרכז אש קודש אין בני ברק לרגל די ההילולא קדישא, און האט ארום גערעדט במשנתו און דערציילט סיפורים פון זיין גרויסן זיידן דער בעל ההילולא זצ"ל.

כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א אין אתרא קדישא מירון פארלאפענעם ל"ג בעומר.

עיני עיני ירדה מים • הארץ רייסענדע דברי הספד פון כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א לפני מטתו פון אמו הרבנית משאץ שענדישוב ע"ה ביים לווי' וואס איז פארגעקומען אינעם בית החיים הסתדרות האדמורי"ם, אין וועלוואוד לאנג-איילענד.

הגרימ"ד הלברשטאם אב"ד צאנז ארה"ב ביים ציילן ספירת העומר די וואך וויילנדיג אין שטאט מאנסי.

דער בעל מנגן ר' שלמה טויסיג וואס איז אין די טעג אין ארץ הקודש בקודש פנימה פון האדמורים מאמשינוב אין דושינסקיא שליט"א לברך ולהתברך.

הרה"צ רבי יוסף ברייאר בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס איז אנגעקומען אין די טעג קיין ניו יארק בשליחות הקודש פון זיין גרויסן פאטער צו באשיינען די וואך שבת דעם חנוכת הבית פונעם קלויז המפואר פון חסידי באיאן אין שטאט מאנסי, ווערט געזעהן היינט ערב ר"ח ביים ציון הק' פון הרה"ק מריבניץ זיע"א.

קרישקעס האט די וואך באמערקט ווי כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א גייענדיג אויף די בארא פארק'ער גאסן בסוד שיח מיטן בארימטן אמעריקאנער עסקן הרב יונתן שווארץ, ר' יונתן האט ארום גערעדט מיטן רבי'ן שליט"א בענייני שידוכים וואס איז קרוב על לבו.

קוֹלוֹ בְּקוֹדֶשׁ • הרה"ק בעל הישועות משה מוויז'ניץ ארום רעדענדיג איבער התמדת התורה לקראת קבלת התורה ומעמד הכנסת ס"ת.

קוֹלוֹ בְּקוֹדֶשׁ • אן אינטערסאנטע טשיקאווע אויסצוג וואס ווערט אין די טעג פארשפרייט פונעם בארימטן ספרדישן פוסק הגאון חכם עובדיה יוסף זצ"ל ביי איינע פון זיינע שיעורים.

הרב שלום ארוש שליט"א ביים מתפלל זיין ביים קבר יוסף הצדיק אין שכם.

אינמיטן די עריכת השולחן בק"ק אנטיניא לרגל די הילולא פון הרה"ק בעל נפש יש"י מאנטוניא זי"ע, האט מען ל"ע געדארפט אנקומען צו די הצלה וואלונטירן צו העלפן א יוד וואס האט זיך נישט אזוי גוט געשפירט.

לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה מזוועהיל זיע"א איז געפראוועט געווארן אן הערליכן שלחן הטהור דורך נכדו כ"ק אדמו"ר מזוועיהל מאנסי שליט"א בהיכל בית מדרשו אין מאנסי, ווי עס האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע פולע אדמורים ורבנים שליט"א.

בשליחות הקודש • הרב חיים מאיר רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא וואס האט געוויילט אין די לעצטערע טעג אויף א באזוך בקרב קהילות בעלזא אין שטאט אנטווערפן, איז אנגעקומען די וואך קיין לאנדאן בשליחות הקודש אויף ניחום אבלים צו די קינדער פון משפחת קייסערמאן וואס זיצן ל"ע אין די טעג שבעה ע"פ אביהם הרב דוב קייסערמאן ז"ל.

בונה ומקים הקהילה • פון ירושלים איז די וואך אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ח ר' אברהם גוטמאן ז"ל מחשובי חסידי בעלזא אין לאנדאן וועלכער האט זיך געצויגן קיין ירושלים עטליכע יאר צוריק, נאכן זיך מיטשענען פאר לענגערע יארן מיט יענע מחלה אין סובל געווען ייסורים קשים ל"ע אין עלטער פון 85 יאר. ר' אברהם איז געווען א ריכטיגער בונה ומקים פאר חסידי בעלזא אין שטאט לאנדאן, און האט זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש אויפצובויען און אהער שטעלן די פראכטפולע בעלזער קהילה און מוסדות אין די שטאט, אין פאר יארן לאנג האט ער געדינט אלץ מלמד אין כיתה ט' אין די ארטיגע ת"ת. אינעם בילד ווערט געזעהן ר׳ אברהם גוטמאן ז״ל ביים שענקען א תעודה פאר יבחלחט"א כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א וואס האט געלערענט אין ת"ת בעלזא אין לאנדאן זייענדיג א תלמיד פון ר' אברהם ז"ל.

יסוד שביסוד • די וואך איז פארגעקומען אן אייגנארטיגער סיום השלושים פונעם בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ז"ל וואס איז פארגעקומען מיט די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א.

הרב שלום בער פישל מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא ביי א באזוך די וואך אין שטאט בית שמש, ווי ער האט זיך אים געקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אין די ארטוגע סקווירא קהילה.

הגאון הרב מאיר מאזוז שליט"א ראש ישיבת 'כסא רחמים', האט די וואך באנייט א נייע הערליכע רבי'שע בענקל וואס איז געברענגט געווארן פון אינדיע אין האט אפגעקאסט איבער 15 טויזענט ש"ח, והנה זה לפניכם.

ווערט געזעהן א ארבעטער מאלן די פארקינג פלאץ וואס מרן אדמו"ר מוויז'ניץ נוצט פאר פארקינג, אלס א סימן כדי אנדערע זאל נישט פּאַרק אין די זעלבע פלאץ.

הכנות צום גרויסן שבת בראשות האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א אין מאנטשעסטער.

א ציבור עצום בליעה"ר האבן אנגעפילט דעם עטרת גאלדא זאלן אין בארא פארק די וואך, צו הערן דעם ערשטן שיעור אין מס' גיטין לעבעדיג דורך דער בארימטער מגיד שיעור הרב אלי' סטעפאנסקי ביים איבערגעבן א לעבעדיגע שיעור פארנט פון טויזענטער אידן אין בארא פארק. דער מגי"ש האט אויך געגעבן שיעורים אין קווינס, לעיקוואוד און פייוו טאונס אין די נאכפאלגנדע טעג.

מאכטפולע רעדע פונעם ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס פאריגע וואך מיטוואך ביים דינער פון א ישיבות פארבאנד אין ניו יארק, א עווענט פון ׳טיעטש ען-וויי-עס׳ וואס איז א טייל פון די ׳ארטאדאקס יוניאן׳ ארגאניזאציע וואס טוט רעפרעזענטירן און אדוואקטירן פאר 90% פראצענט פון אידישע ארטאקסישע ישיבות איבער אמעריקע. עדעמס האט אין זיין אויפטריט ארויסגעברענגט אז די צושטאנד פון א געזעלשאפט, ווענדט זיך אין די צושטאנד פון די יוגנט און אז אין די היינטיגע וועלט ווען די אלגעמיינע יוגנט רייכערט דראגס, זענען אויף טיקטאק א גאנצן טאג, קענען נישט געהעריג לייענען אא"וו, ברויך מען נאכמאכן די ישיבה עדיוקאציע. ווי אויך האט ער ארויסגעהויבן זיין קאמף פאר אידישע חינוך זייט ער איז אריינגעקומען אלטס מעיאר פון ניו יארק סיטי, דאס איז זייער א מאכטפולע סטעיטמענט פון א פאליטקאנט וואס געפינט זיך אין אזא הויכע אמט אין די ניו יארק רעגירונג, עס איז צום האפן עס וועט אביסל אפשטילן די שונאי הדת וואס ווילן גוזר זיין גזירות אויף די חינוך הטהור פון די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.

קרישקעס שטוינט! גרויס וואונדער ווען צוויי אנדערע גראַפיק אַרטיסטן מיט באזונדערע מחשבות האבן דעם זעלבן געדאנק אויסגעשטעלט אין בילד, ווען די וואך אויפן דעקל פון די צוויי בארימטע אויסגאבע'ס 'די וואך' אין 'א בליק' האבן ביידע די זעלבע בילדער, אין דיזיין אויפן שער בלאט. די איינציגסטע חילוק צווישן די צוויי איז בלויז די רויטע פלעשל מילך, וואס איין דעזיינער האט געדענקט ארויסצושניידן פונעם בילד... והנה זה לפניכם...

אן הערליך געמאלן בילד פון הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב ביים ריזן מעמד ההדלקה אין אתרא קדישא מירון היי יאר ל"ג בעומר, ווען ווי באקאנט איז ביים משפיע א גרויסער ענין צו פוילן ישעות פאר אידן בכלליות ובפרטיות, געווענדליך נעמט די משפיע די שטריימל פון די איד וואס דארף א ישועה, אבער ביים מעמד ההדלקה איז דאך געווען אנוועזנד הינדערטער טויזענטער אידן האט די משפיע גענומען זיין שטריימל אין עס ארויף געווארפן אין די הייך. די בארימטער פאטאגרעפירער נפתלי לרר שטייענדיג פון אויבן (זה קרישקעס #4) האט געמאכט א גוטן שא"ט וואס איז פיין געלונגען, ווערענדיג די בילד פון ל"ג בעומר תשפ"ג אין אתרא קדישא מירון.

א ברכת מזל טוב פאר הרב יואלי לאנדא לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער בשעה טובה, אינעם בילד ווערט געזעהן ר' יואל ביים ווינטשן די חתן ביים לחיים.


bottom of page