נייער גיגאנטישער בנין אפגעקויפט אין הארץ פון בארא פארק פאר ביהמ"ד ברך משה דסאטמאר-פארא פארק
- Bechatzros admin
- 3 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 3 באפר׳
דאנערשטאג פ' ויקרא • ה' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר אין בארא פארק לעבן די טעג מיט פרישע מאמענטן פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען דעם דינסטאג ביום שנכפל בו כי טוב איז אין א מזל'דיגע שעה געשלאסן געווארן די מקח אויף א גרויסע שפאגל נייע בנין אין בארא פארק וואס וועט אי"ה דינען אלס משכן קבע פאר די לאקאלע בית המדרש "ברך משה" סאטמאר, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
די בית המדרש דק"ק ברך משה סאטמאר אין בארא פארק, בראשות הגה"צ רבי משה דוד הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ד סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א, איז אין די לעצטערע יארן אויסגעשטיגן אלס א ריכטיגע חסידישע צענטער פאר סאטמארע אינגעלייט און בעלי בתים, וואס זענען קובע מקום לתורה ולתפילה צווישן אירע פיר ווענט, אצינד ווען עס האט זיך אויסגעפעלט אונטערצונעמען א פרישע פראיעקט צו אוועקשטעלן דעם בית המדרש אין א אייגענעם לאקאל, האט די הנהלת הקהילה אין א מזל'דיגע שעה אונטערגעשריבן קאנטראקט אפצוקויפן א גרויסע געביידע אין צענטער פון שטאט בארא פארק.
די נייע בנין מפואר אויף די דרייצען'טע עוו. ביים ווינקל פון 42'סטע סטריט, באשטייט פון קרוב צו פינף טויזענט סקווער פוס יעדער שטאק, און ווי די עסקנים געבן איבער האפט מען בקרוב ממש פארענדיגן דעם מקח און זיך אריינציען בשעה טובה ומוצלחת.
לויט די יעצטיגע פלענער וועט אויפ'ן ערשטן שטאק געבויט ווערן דער גרויסן היכל ביהמ"ד מיט הונדערטער זיצן, און פיר חדרי תפילה, און אויפ'ן אונטערשטן שטאק א גרויסע מקוה מפוארה, א בית הוראה און א ריזיגען היכל התורה וואס וועט דינען די גאנצע געגענט אלס א צענטער גמילות חסדים פון תורה עבודה און גמילות חסדים, א תל תלפיות און מנינים צענטער פאר די גאנצע אומגעגענט.
דעם דינסטאג בעת כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט זיך געפינען אין וויליאמסבורג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה זענען אריינגעקומען אל הקודש פנימה די הנהלת הקהילה, און האבן איבערגעגעבן א באריכט איבער די פרטי המקח. דער רבי האט זיך אינטערסירט איבער די צוקומפטיגע פלענער פארן נייעם ביהמ"ד און דערביי מאציל געוועהן מברכת קדשו לרוב פאר די עסקנים.







תגובות