הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' מיט שארפע פסק ההלכה קעגן אזוי גערופענע ׳האנט מצות׳ | ווידיאו
- Bechatzros admin
- 17 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 17 במרץ
מאנטאג פ' ויקהל • י"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
שטייענדיג שוין שלושים יום קודם חג הפסח איז הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג' ארויסגעקומען מיט א שארפע פסק הלכה איבער די נושא פון "האנט מצות" וואס ווערן געמאכט מיט פארשידענע הילף פון מאשינען, ווי רעדלען און וועלגערן די מצות, און ווערן פארקויפט אין די געשעפטן אלס "האנט מצות".
שוין מיט עטליכע יאר צוריק, האבן די גדולי הפוסקים ארויסגעגעבן א "פסק הלכה" דערוועגן אז דאס קען בשום פנים ואופן נישט ווערן אנגערופן "האנט מצות" און פאר די אלע וואס גייען בשיטתו הקדושה פונעם הייליגן דברי חיים פון צאנז זי"ע וכל קדושיו עמו און זענען נזהר פון "מאשין מצות" טארן עס נישט ארייננעמען אין שטוב אין לויף פון די ימי חג הפסח, און דאס איז נישט אנדערש ווי די געווענליכע מאשין מצות.
אין זיין וועכענטליכן שיעור די וואך האט דער רב שליט"א אויסגעשמועסט די טעכנישע מציאות הדברים פון די סארט מצה בעקערייען וואס באנוצן זיך מיט די מאשינען ביים רעדלען און ביים קנעטן און וועלגערן, וואס כאטש די מאשינען ארבעטן נישט אויף עלעקרטיק, איז דאס קעגן די דעת תורה פון אלע פוסקים און צדיקי הדורות פון די פריערדיגע דורות אין שפיץ פון דעם רבן של כל בני הגולה דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, וואס האט ווי באקאנט געפירט א מלחמת חרמה קעגן "מאשין מצות".







תגובות