top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי קאסוב געשפאנט ביי גייסטרייכע מעמד "ליל התגלות" צו פאראייביגן משנתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל

עודכן: 25 בפבר׳

דינסטאג פ' תרומה • כ"ז שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


א גאר רירנדער און היסטארישע אווענט איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם ליל שישי פר' משפטים באולם החדש אין בארא פארק, וואו עס האבן זיך פארזאמלט א ריזן ציבור חסידי ותלמידי ואוהדי כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל כדי צו הערן, זען, פארשטיין און זיך באקענען מיט די פאנטאסטישע רוחניות'דיגע אוצרות וואס דער הייליגע רבי זצוק"ל האט איבערגעלאזט, און טוהן כל טצדקי שבעולם ממלא צו זיין שאיפתו ובקשתו הקדושה מפיץ צו זיין דברי תורתו וואס טוט אנווארימען און אויפפלאקערן אומצאליגע אידישע הערצער אומעטום לעבודתו יתברך שמו.


דער וואונד איז נאך זייער פריש, דער ווייטאג גליעט, און דער חלל שרייט נאך ארויס פון די טיעפענישן פון הארץ. עס קען זיך נאך נישט גלייבן דער ביטערע מציאות אז דער הייליגער קאסובער רבי זצוק"ל איז אזוי פריצייטיג נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין דעם ביטערן טאג כ"ג סיון תשפ"ד. טויזנטער אידן, תלמידים וחסידים ושומעי לקחו קענען נישט צוזיך קומען פון די שרעקליכע אבידה, מ'קען זיך נישט טרייסטן נאך אזא פארלוסט.


אבער אין איין זאך קען מען זיך נאך אנכאפן, דאס זענען די אוצרות פון חידושי תורה וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, צענדליגע טויזנטער כתבי ידות מיט חידושים וביאורים בכל מקצועות התורה ומכמני החסידות, און טויזנטער רעקארדירונגען פון דרשות און שיעורים וואס זענען געזאגט געווארן במשך די יארן, וואס דאס אלעס קען מען ממשיך זיין מפיץ צו זיין און פארשפרייטן און מחיה זיין אומצאליגע נפשות בישראל וואס לעכצן און דארשטן צו לערנען מתורתו של רבי זי"ע.


נאך בחייו פון דעם רבי'ן זצוק"ל איז נתייסד געווארן דער מכון "שפה ברורה" מיט'ן ציל ארויסצוגעבן דברי תורתו ומשנתו הטהורה. במשך די יארן האט שוין דער מכון ארויסגעגעבן א שיינע פאר ספרים ווי צוויי בענדער "שבת מלכא קדישא", צוויי בענדער "עבדא דמלכא" אויף עבודת התפילה, "מעיינא דמלכא" ח"א, "עבדא דמלכא" אויף ירח האיתנים ועוד, און צוגאב צו פילצאליגע גליונות און קונטרסים וואס זענען נתקבל געווארן בכל תפוצות ישראל מיט א חיבה יתירה, אצינד ווען דער רבי איז שוין ליידער נישטא מיט אונז וויל מען ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז ארויסצוגעבן די אומשאצבארע אוצרות וואס ער האט איבערגעלאזט.


ביי דעם "ליל התגלות" פארגאנגענעם ליל שישי האט מען צום ערשטן מאל פארגעשטעלט פאר'ן ברייטן ציבור אן אפס מעט פון די ריזיגע אוצרות וואס דער רבי האט איבערגעלאזט.


דורכאויס דעם מעמד האבן אויפגעטרויטן דער באקאנטע ראש המדברים בכל מקום מוה"ר ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, דעם רבי'נס זוהן יבלחט"א הגה"צ רבי אהרן שליט"א, נשיא מכון "שפה ברורה", דעם ברודער פונעם רבי'ן ז"ל יבלחט"א הגה"צ אבד"ק זאלישטשיק שליט"א, דער יו"ר המכון ואיש סודו פון דעם רבי'ן הרה"ח ר' מאיר גאדינגער שליט"א, און דברי ברכה איז געהערט געווארן דורך די ברודער כ"ק האדמו"ר מקאסוב שליט"א און כ"ק האדמו"ר מקאסוב לעיקוואד שליט"א, צום שלוס איז אויפגעשפילט געווארן א רירענדיגע פרעזענטאציע צייגענדיג די אוצרות כתבי קודש פונעם רבי'ן זי''ע און די פלענער פון די מכון אויף די קומענדיגע תקופה .


דורכאויס דעם מעמד האבן די מאסן באטייליגטע אויסגעדרוקט זייער גרייטקייט און זיך געלאזט קאסטן ממון ודמים כדי אז דער הייליגער מכון זאל אנגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש מזכה צו זיין כלל ישראל מיט די ריזיגע אוצרות, און דערמיט ערפילן דעם רבי'נס הייליגע רצון און האפענונג.


Comments


bottom of page