חגיגת הכנס"ת צום סקווירא שטיבל אין בית שמש בראשות הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן האד' מסקווירא
- Bechatzros admin
- לפני 17 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

חסידי סקווירא תושבי ארץ הקודש האבן מיטגעלעב א יומא אריכתא ביים ביקור הוד פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א איין טאגיגע בליץ באזוך אין ארץ ישראל בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול צו באשיינען א רייע מעמדים און מסיבות בקרב הקהילה.
צום הויעכפונקט פונעם געהויבענעם באזוך איז פארגעקומען די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום סקווירא שטיבל אין בית שמש, נדבת הרה"ח ר' שלום פנחס מאשקאוויטש הי"ו.
די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיטוואך נאכמיטאג וואו דער חשובע גאסט הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א האט ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר נאכן פארענדיגן די אותיות אין שטוב פונעם נדבן. ער האט באגלייט דעם תהלוכה צום ריכטונג פונעם ביהמ"ד וואו די ריקודין האבן פארגעזעצט ביתר שאת, מען האט געליינט אינעם נייעם ספר תורה כנהוג און הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א האט פארגעזאגט די מזמורים.
שפעטער באנאכט איז פארגעקומען דח פראכטפולע סעודה לגומרה של תורה צו וועלכן עס זענען געלאדנט געווארן די מתפללי השטיבל און די קרובים וידידים פונעם נדבן הספר תורה, א הערליכע סעודה איז סערווירט געווארן באגלייט בכלי זמר ושיר, עס האבן אויפגעטרעטן דער דיין הקהילה הגאון רבי הערשל איינהארן שליט"א, דער נדבן הספר תורה, און הגה"צ אב"ד סאדאוונא שליט"א, דערנאך האט הרב אהרן מענדיל שליט"א משמיע געווען דברי תורה וברכה בענין כתיבת ספר תורה, געבענטשט על הכוס, און זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין, און א באזונדערע ריקוד מיט כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד וואס האט זיך משתתף געוועהן ביי די מעמד.
דאנערשטאג צופרי האט מען געדאוונט שחרית אין די סקווירא שטיבל אין ירושלים וואו מען האט געליינט אין די נייע ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום שטיבל אין בית שמש, באלד נאכן דאווענען האט זיך הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א ארויסגעלאזט צום לוד לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים קיין שיכון סקווירא.




























































































