מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
פארגאנגענעם זינטיג איז כ''ק האדמו''ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק צו באשיינען עטליכע שמחות אין מאורעות בקרב חסידיו.
זינטיג נאכט האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביי צוויי חתונות אין מאנסי און ביי די החתונה פון בת הרבני הנגיד בערי ווייס הי"ו אין מאנהעטן.
מאנטאג אינדערפרי ר"ח תמוז האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין קרית יואל אין נאכמיטאג האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי א רייכע שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה בבית הרבני הנגיד מוה"ר בנימין פיליפסון הי"ו מעמודי התווך פון מוסדות טאהש, ס'איז פארגעקומען אויף א שיף אויף די האדסען ריווער, די רבי האט געטרינקען לחיים אין ארויס אין א ריקוד מיט די חתן אין מחותנים. אויפדערנאכט איז די רבי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אין אויפגענומען קהל חסידיו תושבי העיר לברך ולהתברך בבית האכסניא.
נעכטן דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין וויליאמסבורג. נאכן דאווענען איז מען דורך שלום נעמען אין די רבי שליט''א האט אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד ראש חודש, און לכבוד די הילולא קדישא פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע און פארציילט סיפורים ועובדות.
נאכמיטאג האט די רבי שליט''א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא אין וויליאמסבורג, ווי עס זענען געלאדענט געווארן א צאל נגידים תומכי תורה, צו דעם סעודת ראש חודש ספעציעל געווידמעט לטובת די טאהש'ער ישיבה 'תפארת משולם פייש' אין בלומינגראוו.
במשך די סעודה האט די רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש, ווי אויך האבן אויפגעטרעטן הרה״ג שלום לאנדא שליט"א ראש ישיבת עמודי דגירסא אין דער משמש בקודש הרב יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו בשם די הנהלת הישיבה. מיט ברהמ"ז על הכוס האט די רבי מכבד געוועהן הרה"ג ר' יוסף דוב לאנדא שליט"א רב ביהמ''ד זלאטשוב אין קרית יואל פאטער פונעם בעל האכסניא.
שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען אין זאל פון פרדס צבי אין וויליאמסבורג, באשיינען די חתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א ווי דער רבי איז מכובד געווארן מיט די שבע ברכות, און געטאנצן מצוה טאנץ.
היינט אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין קרית יואל, נאכן דאווענען איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין די ישיבה 'תפארת משולם פייש', ווי די בחורים האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען שחרית, און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קענטיגע הנאה וויאזוי די בחורים לייגן אראפ א ווארימע טאהש'ע דאווענען. נאכן דאווענען האט די הנהלת הישיבה צוגעוויזן פארן רבי'ן די פלענער פאר די נייע מקוה טהרה וואס מען גרייט זיך צוצובויען צו די ישיבה.
פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן אויפן וועג אהיים למעון קדשו אין קרית טאהש.
*
ביים חתונה ביי הנגיד ר' בערי ווייס אין מאנהעטן.
ביים שבע ברכות ביי הנגיד ר' בנימין פיליפסאן.
ביים סעודת ראש חודש בבית הנגיד ר' יואל לאנדא.
Comments