דינסטאג פ' עקב - י"ד אב תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: בחצרותינו
תלמידי וחסידי באבוב 45 זענען איינגעהילט אין א אויסטערלישע התרגשות, ווען אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן די ברעכנדע נייעס איבער א מאסיווע פראיעקט וואס ווערט אויפגעבויעט אינעם עיר האבות באבוב אין פוילין, א הכנסת אורחים קאמפלעקס וואס וועט באדינען די טויזענטער מתפללים ביים ציון הק' פונעם ערשטן באבובער רב הרה"ק רבי שלמה זי"ע.
די מאסיווע דורכברוך ווערט געמאלדן געציילטע וואכן איידער כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען די היסטארישע מסע הקודש אהבת איתן צו דאס וויגעלע פון חסידות די הייליגע ציונים הקדושים פון די פריערדיגע צדיקים אשר בארץ המה, אין באגלייטונג פון די גרעסערע נגידים תומכים נכבדים פון די בארימטע מרכז העולמי דחסידי באבוב 45 אין צענטער פון שטאט בארא פארק.
דאס קומט נאכדעם וואס פאר לאנגע יארן זעט זיך שוין אן די געברויך פאר א בנין הכנסת אורחים אין שטאט באבוב, ביז היינט האבן די מתפללים ביים ציון הק' נישט געהאט די מינדעסטע געברויכן, און עס איז געווען א ווייטאג אז אין דעם הייליגן שטאט באבוב, וואס האט אמאל געווירבעלט מיט טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, זעט היינט ליידער אויס פוסט און פארוויסט אן די מינימאלע געברויכן.
אין די לעצטערע יארן ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט עטליכע מאל באזוכט אין שטאט באבוב, צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק דער ערשטער באבובער רב זי"ע, האט דער רבי שליט"א שטארק אויסגעדרוקט רצון קדשו אז א בנין הכנסת אורחים פאר די פילע מתפללים ביים ציון איז א קריטיש וויכטיגע ענין, און די עסקנים האבן זיך טאקע אריינגעלייגט דערין צו קענען אויפקומען מיט א קלארע פלאן.
אצינד ווערט געמאלדן די פרייליכע בשורה אז מיט עטליכע וואכן צוריק האט מען אין א מזל'דיגע שעה אפגעקויפט א ריזן שטח הארט נעבן די ציון הק' אין שטאט באבוב, בהשתדלותו פון העסקן הנמרץ הנגיד ר' חיים שלמה גאלדמאן, מגדולי עסקני הקהילה אין שטאט לאנדאן, די ריזן שטח וועט דינען אלס הכנסת אורחים, ווען אין צענטער וועט שטיין די גרויסע פראכטפולע בנין "בית באבוב", א גרויסע בית המדרש און חדרי תפילה, א מקוה טהרה, און אלע באדערפענישן לרווחת המתפללים.
די עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט צו קענען אנגרייטן כאטש טייל פונעם פראיעקט לקראת די געהויבענע נסיעה אהבת איתן ווען דער רבי שליט"א קומט צו פארן אין באגלייטונג פון די נגידים ותומכים אין עטליכע וואכן ארום, און בעזר השם וועלן צוויי בניני הכנסת אורחים שוין זיין טיילווייז גרייט צו אנטפאנגען די חשובע געסט, ווען אין ראם פון די געהויבענע נסיעה וועט געפראוועט ווערן די מעמד קביעת מזוזה און חנוכת הבית, לשמחת לב אלפי תלמידים וחסידים איבער די גאנצע וועלט.
Comments