top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שפאגל-נייער בנין האדיר "היכל השולחנות – היכל התורה", וועט אויפגעבויט ווערן אין שיכון סקווירא אויפ'ן פלאץ פון ביהמ"ד הישן

  • לפני 7 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי סקווירא אלוועלטליך נעמען אויף ברגשי שמחה וחדוה די מאסיווע אונטערנעמונג אויפצובויען א ריזן גיגאנטישער "היכל השולחנות והיכל התורה" אויפ'ן אדמת הקודש פונעם אלטן נאסטאלגישן בנין ביהמ"ד הגדול.


דער פראיעקט ווערט אונטערגענומען דורכ'ן "וועד הקמת הבית" על פי החלטת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאכדעם וואס דער עקזיסטירנדער בנין פונעם אלטן ביהמ"ד מוז ווערן איינגעווארפן ווי באריכטעט, און אויף דעם אדמת קודש וואס איז קידשה לשעתה וקידשה לעתיד, וועט אויפגעבויט ווערן דער מבצר האדיר וואו די טויזנטער חסידים וועלן זיך ווייטער ווארעמען בצל קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, ביי די שולחנות הטהורים און דארט עוסק זיין בתורה אינעם נייעם ריזן היכל התורה.


דער הייליגער בנין טראגט מיט זיך א היסטארישע באדייט במלכות בית סקווירא, דאס איז נאך געבויעט געווארן מיט זעכציג יאר צוריק דורך הרה"ק מסקווירא זי"ע ביים גרינדונג פון שיכון סקווירא, און איז אין לויף פון די צענדליגער יארן פארברייטערט געווארן עטליכע מאל.


פאר אכט יאר צוריק, ווען מ'האט אנגעהויבן בויען דעם נייעם בנין האדיר פונעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, איז די אריגינעלע פלאן געווען אז דער נייער ביהמ"ד וועט זיין דער "דאווענען ביהמ"ד", און דער אלטער ביהמ"ד וועט דינען אלס דער נייער "היכל השולחנות". אבער במשך השנים איז קלאר געווארן אז דער בנין איז שוין צו שוואך, און די סטרוקטור קען טעכניש נישט דערהייבן די וואג פון אלפי ישראל ביי די טישן און מאורעות ושמחות אינעם רבי'נס הויף.


במשך די לעצטע תקופה זענען די עסקנים געזעסן אויף העפטיגע פלענער אויפצוקומען מיט א לעזונג פאר א פאסיגן פלאץ פאר'ן היכל השולחנות. פון די מערסט ערנסטע פלענער אויפ'ן טיש, זענען געווען אז צען משפחות פון די 'טרומען גאס' וועלן זיך ארויסציען פון זייערע הייזער, מ'וועט פאר זיי בויען נייע הייזער אויף אנדערע לאטס, און אויף דעם שטח הדירות מען אויפבויען א נייעם בנין פאר'ן היכל השולחנות.


אבער נאכדעם וואס ס'האט זיך פון הימל אנדערש געפירט, ווי ברייט באריכטעט פארלאפענע וואך, איז די דאך פונעם אלטן ביהמ"ד צאמגעפאלן, איז קלאר געווארן אז דער בנין איז שוין ממש גאר שוואך, און דאס צו פרעזערווירן און דאס צו קענען נוצן אפילו פאר די טאג-טעגליכע באנוץ פון תורה ותפלה, איז אן אינוועסטירונג פון שווערע מיליאנען,


די עסקנים האבן פון פריש אנאליזירט אלע אפציעס און מען איז געקומען צום החלטה אז דער מהלך פון אראפווארפן דאס אלטע ביהמ"ד און בויען אויף דעם פלאץ א נייע 'טיש פלאץ' און 'היכל התורה', איז דאס דער לכתחילה'דיגער און ריכטיגער מהלך, סיי פראקטיש און סיי פינאנציעל.


די עסקנים זענען געזעסן מיט די קינדער פונעם רבי'ן שליט"א און איבערגעגאנגען די פלענער, און דערנאך האבן זיי איבערגעגעבן אלע אפציעס פאר רבי'ן. נאכ'ן איבערגיין אלע דעטאלן, איז געקומען דער ענדגילטיגער פקודת הקודש פונעם רבי'ן,  מקיים צו זיין דעם 'סותר על מנת לבנות', איינצואווארפן דעם אדמת קודש און אויפבויען דערויף א בנין אדיר רחבת ידים.


דער נייער בנין האדיר וועט ענטהאלטן א ריזיגער "היכל הטישן" פון "צענדליגער טויזנטער סקווער פיס" צו אקאמאדירן דעם ציבור האלפים ביי די טישן ומעמדי קודש בצילא דמהימנותא, און באזונדער וועט אויפגעבויט ווערן דער ערשטער שטאק אלס נייע פרעכטיגע "היכל התורה" מיט טויזנטער ספרי קודש און פלאץ פאר "הונדערטער חברותות".


אין די יעצטיגע טעג זיצן די עסקני וועד הקמת הבית מיט בארימטע בוי מיייסטער און גייען איבער די פאקטישע פלענער פון די בוי ארבעט, וואס וועט אריינגיין אין שוואונג די קומענדיגע חדשים, מיט'ן ציל אז דער בנין זאל זיין גרייט אויף ראש השנה שנת תשפ"ח, לשמחת לב רבבות חסידי סקווירא.


אין די זעלבע צייט איז אנטשטאנען א טויש אנבאלאנגט די ווייטערדיגע השלמת הבנין פונעם ביהמ"ד הגדול, וואס לויט די אריגענעלע פלענער האט מען געזאלט זיך ארויסציען פונעם נייעם בנין אויף א קורצע תקופה, צו קענען ערגענצן דעם בנין מיט אלע לעצטע פיטשעווקעס כלול בהדרו, אבער אזוי ווי דער אלטער בנין ווערט איינגעווארפן, און מ'האט נישט וואו אריבערצוגיין אויף דערווייל, איז דער השלמת ביהמ"ד הגדול אפגעשטופט געווארן מיט א יאר.


תגובות


bottom of page