top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי רבני ערי אייראפע רופן אן פערזענליך סאטמארער רבי שליט"א באדאנקען נאך גייסטרייגע שבת פאר אלמנות

מיטוואך פ' בחוקותי • כ"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


שטייענדיג א וואך נאך די גייסטרייגע 'שבת מלכתא' פאר הונדערטער אלמנות מרחבי אייראפע אנגעפירט דורך הרבנית הצדקנית מסאטמאר תליט"א וואס האט געברענגט א מעכטיגע אפקלאנג איבער די היימישע אייראפע, זענען אין די טעג געקומען פערזענליכע טעלעפאן רופן פון די גדולי רבני הקהלות פון די ערי אייראפע, צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אנרופנדיג זיך ספעציעל באדאנקען און איבערגעבן דעם דאנק פאר די רביצין תליט"א, וועלכע האט אהערגעשטעלט אזא וויכטיגער פראיעקט, פון וואס די אלמנות חשובות אין זייערע קהלות, הערן נישט אויף צו רעדן דערפון מיט באגייסטערנדע התפעלות.


נעכטן דינסטאג האט זיך הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיטן רבי'ן שליט"א וואו דער אנטווערפענער רב האט זיך באדאנקט בשם די צענדליגע אלמנות תושבי אנטווערפען, דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן די גריסן וואס ער האט צוריקגעהערט פון די אלמנות וועלכע האבן זיך שטארק מחזק געווען מיט די שבת בכלליות און בפרט מיט די שטארקע דברי חיזוק וואס די רבי שליט"א האט משמיע געווען פאר זיי דורך א הוקאפ לעת כניסת השבת, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און זיך באדאנקט פאר די גריס.


אויך איז געקומען א דאנקפולע טעלעפאן רוף פון הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, איבערגעבנדיג א יישר כח און הכרת הטוב בשם די פילע אלמנות אין די קהלות פון סאטמאר לאנדאן.

Comments


bottom of page