דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינטיגן דינסטאג בשלח לאזט זיך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק, זייענדיג די סאמע ערשטע נסיעה וואס דער רבי שליט"א נעמט אונטער נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות מיט קרוב צו א יאהר צוריק.
דער רבי שליט"א קומט ארויס קיין אמעריקא צו באשיינען די חתונה ביי איינע פון די נאנטע מקורבים, הרבני הנגיד ר' יהושע גוטמאן הי"ו ראש וראשון לכל קדשי בית ביאלא ומגדולי תומכי המוסדות, וואס קומט פאר מארגן מיטוואך. דער רבי שליט"א האט זיך היינט נאכמיטאג ארויסגעלאזט אין וועג אין באגלייטונג פון א ענגע סוויטע משמים בקודש און וועט זיך אויפהאלטן אין ניו יארק בלויז אויף 24 שעה. אין די קארגע טאג וועט דער רבי אויסנוצן די געלעגנהייט און אויפטרייבן שטיצע צווישן חסידי און ידידי בית ביאלא אין אמעריקא, לטובת די מוסדות הקדושים וואס איז אנגעוויזן אין ספעציעלע שטיצע שטייענדיג אין א שווערע תקופה ווען די עולם התורה אין ארץ ישראל גייט אריבער א שרעקליכע פינאנציעלע לאגע.
מחמת קוצר הזמן וועט דעם רבינס יעצטיגע באזוך נישט זיין געווידמעט פאר קבלת קהל און אנדערע אפציעלע מסיבות ומאורעות.
Comments