top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כלל ישראל איז מתפלל לרפואת האד' משאץ וויז'ניץ וועלכער געפינט זיך אין שפיטאל אין א שווערן געזונט צושטאנד

מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת כ"ק אדמו"ר משאץ ויזניץ שליט"א, וועלכער גפינט זיך ליידער אין שפיטאל אין א ערנסטע צושטאנד צוליב געזונטהייט קאמפליקאציעס ווארשיינדלעך אלס אורזאך פונעם סטראוק וואס די רבי האט געליטן דעם ווינטער וויילנדיג אין שטאט טאראנטא.


די רבי שליט"א איז אריינגענימען געווארן צו די רמב"ם שפיטאל אין חיפה אויף באהאנדלונגען און וועט לעת עתה נישט קענען מיטהאלטן די יארצייט פון אביו הגה"צ ראש ישיבת סערט וויז'ניץ זצ"ל וואס געפאלט אויס מארגן דאנערשטאג. היינט נאכמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א מבקר חולה געוועהן ביים רבי'ן שליט"א אין שפיטאל און דורש געוועהן בשלומו. דער ציבור איז מתפלל לרפאות מרן מנחם דוד בן אלטא פערל לרפואה שלימה.

bottom of page