top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג • דינער 'ליל התקשרות' לטובת צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חיבת ירושלים

מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


תושבי וויליאמסבורג האבן פארלאפענעם מוצאי שבת פ' וירא איבערגעפעלט די ריזן קאנטינענטאל זאלן ביים 'מעמד ליל התקשרות', די יערליכע דינער לטובת צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חיבת ירושלים, בהתאסף ראשי עם.


ביים דינער איז ווי יעדעס יאר באקרוינט געווארן רעספעקטירטע עוסקים במלאכת הקודש, און רייכע פרקי נגינה שירה וזמרה זענען געהערט געווארן דורך טאלאנטפולע בעלי מנגנים. א ספעציעלע זכיה האט מען געהאט צו הערן ברכת הקודש מפה קדשו פונעם נשיא הכולל כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א דורך א הוק אפ, שטייענדיג מוצ"ש איידער די הילולא קדישא פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע נשיא הכולל.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטראטן הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ וועלכע איבערגעגעבן אן עדות נאמנה איבער די פעולות נשגבות פונעם כולל. אויך איז געהערט געווארן א דרשה דורך הגה"צ רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א ראה"כ סאטמאר וואס די מעמד איז געוועהן מוקדש לע"נ אמו הרבנית הצדיקת מבית אהרן ע"ה.


הערליכע געזאנגען און מעלאדיעס פון פריערדיגע צדיקים זענען אויפגעשפילט געווארן, דורך די בארימטע בעלי מנגנים אין שפיץ פון הרב מרדכי וואלף לאנדא ראש המשוררים לבית באבוב, און גבאי קודש פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס. דער בארימטער ידען הרב דוד מאיר רוס האט אויפגעוויקעלט רייכע היסטאריע איבער נגינה, און אלטע היסטארישע ניגונים פון די הייליגע צדיקים לבית דינוב, זידיטשוב, צאנז, ציעשנוב, וועלכע זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן.


אין א ערשטמאליגע שריט איז געוויזן געווארן פארן ציבור א היסטארישע בריוו בכתב יד קודש פונעם הייליגן קאלאשיצער רב זי"ע הי"ד וואס ער האט געשריבן צום כולל א זעלטענע הבטחה אויף ישועות השם, אין צום שלוס פונעם מעמד איז געברענגט געווארן די היסטארישע בעכער ירושה פון הרה"ק רבי אלעזר לאנצהוט'ער זי"ע. די זכות ברכת המזון אויף דעם בעכער איז פארקויפט געווארן בשעתן מעמד, און נאכו בענטשן האט מען געהאט די זכיה צו באקומען כוס של ברכה פון דעם הייליגן בעכער.




















Commentaires


bottom of page