top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רוסישער הויפט רב הגאון ר' בערל לאזאר באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

היינט פארמיטאג האט באזוכט ביי מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', הגאון ר' בערל לאזאר דער הויפט רב פון רוסלאנד וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין ארץ ישראל לכבוד די חתונה פון בתו הכלה. ער האט איבערגעגעבן א גרוס פונעם חרדישן אידנטום אין רוסלאנד, און אנגעפרעגט א רייע שאלות ביים רבי'ן אין פארשידענע ענינים.


דערנאך האט ער איבערגעגעבן פארן פוסק הדור זיין נייעם ספר 'שלח לחמך' אויף סדר בראשית, דער גאון האט דערין מעיין געוועהן א לענגערע וויילע, און דערנאך מכבד געוועהן מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן לכבוד השמחה במעונו.







Comments


bottom of page