top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך הבא: חסידי וויזניץ אין לאנדאן זענען בשמחה וצהלה מקבל פנים רבם ומאורם האד' מוויזניץ

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 15 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


חסידי וויזניץ אין לאנדאן עיר הבירה זענען איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע שטימונג בצל רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז אנגעקומען אין שטאט אויף א לענגערע ביקור הוד פון עטליכע וואכן, לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם בנין הת"ת ישועות משה וויזניץ אין שטאט.


דער רבי שליט"א מיט זיין פמליא האבן געלאנדעט נעכטן דינסטאג נאכמיטאג אינעם היטרו לופטפעלד, וואו עס האבן שוין אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים אין שפיץ פון די רבני וזקני הקהלה, וועלכע האבן לכבודו פון קבלת פני הצדיק זיך אנגעטון בבגדי שבת. ווי נאר דער רבי האט זיך באוויזן האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערליכע שירה וזמרה און האט יעדן באגריסט בצהלת פנים.


פונעם לופטפעלד איז דער רבי אריינגעפארן צום היימישן סטעמפארד הילל געגנט, און אונטערוועגנס געמאכט אן אפשטעל אין גאלדערס גרין אויף א באזוך ביי ש"ב הגה"צ רבי גרשון האגער אב"ד בית ישכר דוב לאנדאן, און פון דארט אריינגעפארן אין שטאט, וואו ס'איז פארגעקומען א מלכות'דיגע מעמד "ויחן את פני העיר".


די גאנצע לענג פון די "היטלענד" גאס איז געווארן פארוואנדלט אין א קעניגליכע אויסקוק, ווען אין צענטער איז געווארן אויסגעצירט מיט פרעכטיגע גינוני מלכות די גאנצע גאס לענגאויס וואו דער רבי האט דורכשפאצירט ביז צו די אכסניא, אין באגלייטונג פון בנו יחידו וחביבו הגה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, ווען אין די צוויי זייטן ווארטן אפ די הונדערטער בחורי חמד וילדי תשב"ר, אלע אנגעטון בבגדי שבת, און זענען מקבל פנים דעם רבי'ן בשירה וזמרה וקול שמחה.


דערנאך איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל וואלצער, וואו דער רבי האלט זיך אויף במשך די ימות החול. שפעטער אין טאג האט דער רבי אפגעראכטן א רייע ביקורי כבוד ביי די אדמור"י ורבני העיר,הגאון רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים התאחדות קהילת החרדים, און הגאון רבי שלום פריעדמאן סגן גאב"ד, כ"ק אדמו"ר מביאלא לאנדאן, אויך האט די רבי באזוכט אין שטוב פון הגאון רבי מענדיל גאליצקי דומ"ץ בעלזא וואו עס זענען געוועהן אנוועזנד די דייני ק"ק בעלזא פון שטאט.


שפעטער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען צום וויזשניצער ביהמ"ד אויף די צענטראלע סטעמפארד הילל גאס, וואו ס'איז פארגעקומען א גרויסער מעמד "קבלת פנים" אויף א באשיידענעם פארנעם, ספעציעל געווידמעט פאר די בני הקהלה. דער מעמד איז פארגעקומען אינעם שאטער אין הויף פונעם ביהמ"ד, וואס איז געווען איבערגעפילט מיט די הונדערטער בני הקהלה זקנים עם נערים.


מ'האט אויפגענומען דעם רבי'ן בשירה שמחה, און דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן, וועלכער האט ארויסגעברענגט זיין התרגשות אהערקומענדיג נאך אזויפיל יארן וואס מ'בויט דעם נייעם מבצר החינוך פאר די ת"ת, און הערשט יעצט האט מען געבויט א פרישן בנין פאר די ישיבה קטנה, און אזוי גייט מען מחיל אל חיל להרחיב גבולי הקודש, לשם ולתפארת בית וויזניץ.


דערנאך האט מען געהערט דעם דבר קבלת פנים דורך הרה"ג ר' גרשון שפיצער דומ"ץ וויזניץ לאנדאן, און צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף ריקודין לכבוד המאורע.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page