top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הדרן עלך: אלפי ילדי קרית יואל פייערן חגיגת סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה'

מיטוואך פ' שמות • ט"ו טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין


הונדערטער ילדי תינוקת של בית רבן אין די מוסדות הקדושים אין קרית יואל האבן דעם מוצאי שבת געפייערט די גראנדיעזע מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה' וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די בית רחל אודיטאריום 'בנין לאה אסתר', בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


אין די טעג בעפאר די סיום האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי די לימודים דורך מתמידים רץ למשנה וואס קומט פאר יעדע נאכט, וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.


ביי די מעמד האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דערנאך האט איינע פון די בחורים אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה, און אלע קינדער האבן אינאיינעם געזאגט די הדרן.


נאך קדיש האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די אייניקלעך. דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברות קודש און מחזק געווען אלע קינדער צו לערנען און חזרן א סדר נאך א סדר ביז מען איז מסיים גאנץ ששה סדרי משנה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די קינדער און זייערע עלטערן און פאר די הנהלת המתמידים.










































Comments


bottom of page