top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז באזוכט אין שטאט בני ברק | ברייטע דעקונג

מונטאג פ' בהעלתך - ט"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א איז נעכטן אויפדערנאכט אנגעקומען צום עיר התורה והחסידות בני ברק ווי די רבי האט מפאר געוועהן בראש השמחה ביי די חתונה פון אן איר אייניקל ביי אביו הרה"ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזנבורג זי''ע, אייניקל פון חתנו הגה"צ ר' אפרים פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעל שם טוב אין פתח תקוה, בת לבנו הרב אהרן מוטצען, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א, מיט די חתן א זוהן פון הרה"ג ר' שמעלקא שווארץ רב בית מדרש חיסדא אין בני ברק, וואס איז פארגעקומען אין די היכלי הפאר זאל אין בני ברק.


די רבי אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים, מסדר געווען די כתובה און ביים חופה איז די רבי מכובד געווארן מיט סידור קידושין, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי די קינדער פונעם פונוביז'ער ראש ישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין זצ"ל אין זיין שטוב אויף רח' ראב"ד, דערנאך איז די רבי אנגעקומען לבית מדרשו אויף רח' יהודה הלוי ווי די רבי האט אויפגענימען עטליכע חסידים בחדרו הפרטי, און דערנאך געדאוונט מעריב.


פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און די בוהושער רבי האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו די גאס, דערנאך האט זיך די רבי צוריק געקערט צום חתונה, ווי די רבי האט באשיינט בראש המסובים און אפגעראכטן געווארן א שולחן לחיים, און נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא ר' מענדל יאקאב אויפגעריפן דעם רבי'ן צום מצווה טאנץ, און דאן האט די רבי אפגעראכטן ריקודין קדישין לפני הכלה, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, א באזונדערע ריקוד מיט די שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית הבעל שם טוב און דערנאך א רינג מיט די משפחת המלוכה נכדי אביו בעל 'שפע חיים', די רבי איז פארבליבן צו די מצווה טאנץ פון די זיידע כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת, די פעטער כ"ק אדמו"ר מקאליש, און פונעם שוואגער גאב"ד קרית הבעל שם טוב, אום 1:30 אויפדערנאכט האט זיך די רבי צוריק געקערט למעון קדשו אין קרית צאנז נתניה.











Comments


bottom of page