צהלי ורוני יושבת ניו יארק: גרויס התרגשות צווישן חסידי וויזניץ אין אמעריקא צום געהויבענעם באזוך פון האד' מוויזניץ
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' חיי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ אין אמעריקא זענען איינגעהילט אין גרויס התרגשות און ערווארטונג ווען עס איז היינט באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א ביקור הוד וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א גרייט זיך אפצורעכטן אין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונות פון צוויי אייניקלעך, א נסיעה וואס ערוועקט רגשי געגועים וכיסופין ביי וויזניצער חסידים אין אמעריקא וועלכע קוקן ארויס לקבל פני מלכם ומאורם אין די צייט וואס מען איז מרבה בתפילה למען רפואתו השלימה ובריאותו האיתנה.
טראץ וואס דעם רבינס מצב הבריאות איז נאך ליידער ווייט פון גוט, האט די רבי שליט"א באשלאסן זיך אנצושטרענגען און קומען פערזענליך צו פארן מהתם להכא צו באשיינען צו די צוויי חתונות במעון קדשו, בראש וראשון די חתונה פונעם יונגסטן קינד ביים רבינס עלטסטער איידעם הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מאנטאג פרשת ויצא ד' כסלו, אינעם גרויסן ביהמ"ד החדש אין שיכון סקווירא, און צוויי טעג דערויף, דאנערשטאג ויצא, די חתונה פון די כלה א טאכטער פונעם רבינס איידעם הרה"צ ר' נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א וואס קומט פאר אין מאנסי.
לויט די יעצטיגער פלענער וועט די רבי שליט"א פארלאזן ארצינו הקדושה קומענדיגן מוצאי שבת פ' תולדות און וועט חונן זיין פני ניו יארק, זונטאג ויצא אינדערפרי. די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין לויף פונעם באזוך אין שיכון סקווירא אין זיין אכסניא קבוע בבית הנגיד החסיד ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו מראשי הקהילה אין שיכון סקווירא וואו עס איז שוין מיט עטליכע וואכן צוריק אונטערגענומען געווארן די נויטיגע צוגרייטונגען פארן רבינס באזוך. אינצווישן די קאסטבארע איינריכטונגען האט ר' אביגדור געבויעט אן עלעוועיטאר ביי זיך אין שטוב, בנוסף צו נאך וויכטיגע איינצלהייטן וואס פעלט זיך אויס פארן רבי'ן אין זיין יעצטיגן מצב הבריאות.
שב"ק פ' ויצא וועט די רבי שליט"א - לויטן פלאן - פראווען אויף א פריוואטער פארנעם מיט א ענגע צאל מקורבים און די בני המשפחה. די ענדגילטיגע פלענער און די פונקטליכע פרטים ארום דעם באזוך ווערן אצינד אויסגעארבעט, און וועט בקרוב נתפרסם ווערן צווישן די חסידים.



