דינסטאג פ' תצוה • י"א אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
הונדערטער תלמידי וחסידי ליזענסק פון נאנט און ווייט גרייטן זיך בהכנה דרבה צו די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, די ערשטע חתונה במעון הקודש פון מאורם ורבם כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א, נאכן נתעלה ווערן בכתר האדמורו"ת, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר בעל נועם יוסף מליזענסק זי"ע.
עס וועט גיין אונטער די חופה החתן החשוב פרי עץ חיים הרב משה אלי' שטערן, בנו חביבו ויקירו פון כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א, ברא כרעא דאבוהא פון כ"ק הגה"צ גאב"ד מירון זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מליזענסק זצ"ל, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע, עם בת גילו הכלה החשובה בת הרה"ג ר' מרדכי מתתיהו האלפערט שליט"א מחשובי הרבנים אין שטאט קרית יואל.
די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן דעם קומענדיגן מיטוואך תצוה י"ב אדר א' במקהלות עם רב בקול רנה וצהלה, אין די נייע פראכטפולע זאל גינת קליין אין קרית יואל, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים ומעריצים, און פילצאליגע תלמידים ויוצאי ישיבה הקדושה נועם אלימלך ליזענסק המעטירה.
די גרויסע חתונה וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט די געהויבענע שמחת השבע ברכות צומארגנס דאנערשטאג, וואס וועט געפראוועט ווערן מיט גרויס שמחה אין די היכל הישיבה אין קרית ליזענסק אין מאנסי, ביי די שמחת השבע ברכות זענען ערווארטעט מערערע אדמורי"ם ורבני העיר, וואס וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן שליט"א.
אין לויף פון די לעצטערע טעג האט דער געהויבענער בעל שמחה כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א אפגעשטאט באזוכן בבתי אדמורי"ם ורבנים, מקבל צו זיין ברכת הקודש און לאדענען צו די גרויסע שמחה, צווישן אנדערע איז דער רבי געווען ביי כ"ק האדמורי"ם מסקווירא, וויזניץ מאנסי, גאב"ד סאטמאר מאנסי, סטאניסלאוו, זוועהיל, בארניב, תולדות צבי ספינקא, דעם רבינ'ס פעטער כ"ק אדמו"ר מהאדאס, און נאך חשובע רבנים ואדמורי"ם.
הנה ימים באים, וצדיקים ישמחו וישישו בשמחה, וחסידים ברנה יגילו.
•••
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א.
כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מהאדאס שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א.
די הזמנה אין מודעות צום שמחה הרוממה
Comments