top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גייסטרייכע מעמדי קודש אין אסיפות פאררופן דורך האד' מסאסוב פאר קהל חסידיו

זונטאג פ' שלח - כ"ב סיון תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי סאסוב אנשים ונשים און בחורי הישיבות, האבן מיטגעלעבט גייסטרייכע מעמדי קודש בראשות כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, זיך צו דערווארעמען און נתעורר ווערן בתכלית האדם בעולמו און זיך מחזק זיין קעגן די נסיונות הדור מיט א פעלזן פעסטע כח.


אין די לעצטערע וואכן האט כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א צוזאמגערופן דריי באזונדערע אסיפות, איינס פאר אלע חסידים די אינגעלייט, א צווייטע פאר די נשים צדקניות, און א דריטע פאר די צענדליגע בחורי חסידי סאסוב אין די תלמידי ישיבה גדולה.


די ערשטע אסיפה מיטן נאמען "לדורותינו" איז פארגעקומען פאר כלל חסידי סאסוב, אברכים און בעלי בתים, די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע מלון ציפורי אין קיבוץ חפץ חיים. ביים מעמד האט כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און דברי הדרכה פאר די חסידים, און עטליכע חשובע מגידים מפורסמים האבן אויפגעפלאמט דעם ציבור זיך צו מחזק זיין קעגן די נסיונות הדור.


דערנאך איז פארגעקומען א פראכטפולע מעמד סיום הש"ס ירושלמי וואס איז געלערנט געווארן דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, עס איז צוגעגרייט געווארן א רייכע סעודה פאר אלע חסידים, און פאר לענגערע שעה'ן האט מען פארברענגט בשמחת התורה אויף א געהויבענע פארנעם, און דער סאסובער רבי האט פארטיילט פאר יעדן איינעם א מזכרת די נייע סאסוב'ער סידור נועם אמרים על פי נוסח ומנהגי סאסוב.


נאכפאלגענדיג די כינוס לדורותינו איז פארגעקומען א ספעציעלע כינוס פאר די נשים צדקניות, צוגערישט אויף א הערליכע פארנעם אין די זאלן פון היכלי הפאר אין בני ברק, וואו כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע אחריות און עבודת הקודש וואס ליגט אויף א אידישע מאמע צו מגדל זיין אירע קינדער לתורה ולמעשים טובים. דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט תפילת השל"ה מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.


א ספעציעלע מעמד מיטן נאמען "למענך" איז פארגעקומען פאר די צענדליגע בחורי חסידי סאסוב, אין א גרויסע זאל אין סביון נישט ווייט פון קרית ישמח משה, עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ ר' דוד משה ראזענבוים רב חסידי קרעטשניף אין רחובות, און דעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים ראש החבורות דחסידי סאסוב, כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און געבעטן פון די בחורים זיך פארצונעמען א קבלה טובה. נאכן מעמד זענען אלע בחורים אריבער ביים רבי'ן איבערגעבן די פרישע קבלות און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר יעדן פערזענליך.