וּרְאֵה בָנִים לְבָנֶיךָ • שמחת הבר מצוה פון איר אייניקל ביי האד' מסאטמאר פארגעקומען אין שטאט בארא פארק
- בחצרות הקודש

- 28 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שבת פ' מקץ • כ"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אייניקל פון זיין איידעם הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א רב ביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל, זון פון הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, א זון פון זיין זון הרב חיים צבי טייטלבוים שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אבד"ק אוסטילא, די שמחה איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין בארא פארק, בראשות פונעם גרויסן זיידן דער ראש בית אב האד' מסאטמאר.
צומארגנס האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור אין די מתיבתא אין קרית יואל, און נאכן דאווענען אפגעראכטן א מסיבת לחיים מיט די תלמידי הישיבה לכבוד די שמחה, ביי וועלכן דער רבי האט משמיע געוועהן דברות קודש.























תגובות