top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבע ברכות מפוארה אין יוניאן ניו דזשערזי לכבוד השמחה בבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א

דינסטאג פ' וישב • ט"ז כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג, JDN

 

פארלאפענעם מאנטאג אווענט איז אפגעהאלֹטן געווארן אינעם נייעם חסידישן יישוב אין יוניאן ניו גערזי א גרויסארטיגע מסיבת שבע ברכות לכבוד דער שמחה נהדרה בבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א בנישואי נכדו למזל טוב, די חתן א זון פון חתנא דבי נשיאה הרה"צ ר' חיים ברוך הלברשטאם שליט"א וואס שטייט בראש פון די קהלה און מוסדות אין שטאט.


די שיינע מאורע האט געדינט אלס א צוזאמטרעף פאַר חסידי באבוב 45 פון יוניאן והגלילות און איז פארגעקומען אין די זאלן פונעם ביהמ"ד אין ספרינגפילד ניו דזשערסי עטליכע מינוט אוועק פון יוניאן, ווי עס האבן אויך מיטגעהאלטן די תושבי העיר און די אומגעגנט, מיט געזאנג פון ניגוני שמחה איז אויפגענומען געווארן דער געהויבענער זיידע די רבי שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודה, די יושב ראש הרב משה טייטלבוים הי"ו גבאי הבית מדרש אין יוניאן האט אויפגענימען דעם רבי'ן און באגריסט די ציבור, און טרעפליכע דרשות איז געהערט געווארן דורכן מחותן הרה"צ רבי חיים ברוך שליט"א, הרה"ג ר' חיים מארקוס שליט"א מרא דאתרא פון ספרינגפילד ניו דזשערסי, הרב יהודה הורוויץ מתושבי העיר בן הגה"צ אב"ד זרע קודש וראש ישיבת בית מאיר שליט"א און דברי בדחנות פון בדחנא דמלכא ר' יוסף חיים ראטנשטרייך.


דער אויבנאן איז געווען באשיינט דורך רבני יוניאן וכלי קודש דמתא, און די אדמור"י ורבני לינדען צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א, הרה״ג רבי אליעזר מרדכי סופר שליט״א אב"ד סאטמאר לינדען, הרה״ג רבי חיים יצחק באב"ד שליט״א אב"ד אברכים לינדען און נאך.


בשעת די שמחה זענען צוגעקומען צום רבי'ן עטליכע איינוויאנער תושבי ספרינגפילד וואו דער רבי האט יעדן געוואונטשן במאור פנים, די רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די זיידע הגה"צ אב"ד בית אברהם פאקשעוויץ שליט"א, די אבי הכלה הגה"צ ר' חיים אלי' טייטלבוים שליט"א אב"ד קאריץ, הגה"צ אב"ד נאסויד שליט"א מתושבי העיר יוניאן, און די אבי החתן חדב"נ הרה"צ רבי חיים ברוך שליט"א, די שבע ברכות האט זיך געשלאסן מיט א שיינעם ריקוד לכבוד די שמחה, ווען די רבי שליט"א האט זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם און איז מיטגעטאנצן אין א רינג מיט די תלמידים וחסידים כבנים תושבי יוניאן און א באזונדערע ריקוד מיט חתנו כבנו הרה"צ רבי חיים ברוך העומד בראש הקהילה, און מיט די חתן און מחותנים ובני משפחת המלוכה.


זייענדיג אין יוניאן האט דער רבי אויך באזוכט אינעם ת"ת דחסידי באבוב-45 וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד אמירת מזל טוב דורך די ילדי התלמוד תורה און די רבי האט געקלאפט א מזוזה ביי איינע פון די נייע קלאס ציממערן.



























Comments


bottom of page