top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט


דאנערשטאג פ' שמיני • כ"ה אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


 

שיינע מאמענט ביים שמחת נישואין בחצרות ערלוי - דושינסקיא - קאסוב וויז'ניץ ווי די זיידע האדמו"ר מקאסוב וויזניץ שליט''א האט מכבד געוועהן זיין שוואגער האדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א צו זיצן אין צענטער פונעם אויבן אן, נאך מערערע הפצרות האט די רבי נענה געוועהן און זיך אוועקגעזעצט בעפאר זיין שוואגער האד' מקאסוב וויז'ניץ.


הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר פּרעזידענט  פונעם 'דער איד' צייטונג, אין א שמועס מיט הרב אלימלך דייטש רעדאקטער פונעם 'דער בלאט' צייטונג ביי א חתונה די וואך.


מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א ביים ערהאלטן די נייע הגדה של פסח אויף ענגליש וואס איז יעצט ערשינען צום ערשטן מאל, מדברי תורתו פונעם פוסק הדור.


האחים האדמו"רים מוויזניץ פון מאנסי און פון וויליאמסבורג ביי די חתונה פון החתן א זוהן פון הרה"ח רבי אהרן גוטמאן מחשובי חסידי וויז'ניץ וויליאמסבורג.


האדמו"ר מויז'ניץ איז מבקר חולה ביי נאמן ביתו הרה"ח ר' יקותיאל זלמן בן איידל קארניצער לרפו"ש אין די תל השומר שפיטאל.


האדמו"ר מסאדיגורה אין א פייערדיגער ריקוד של שמחה ביים סעודת הברית די וואך, ביים איבערזינגען איינמאל אין נאכאמאל דעם סקולענער ניגון 'אל תעזבנו ה' אלוקי, אל תרחק ממני'.


הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א בקודש פנימה ביי האד' מצאנז איידערן אויפטערטן ביים רייכן מסיבה לטובת די איבערבוי פונעם צאנזער ביהמ"ד אין צפת וואס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פונעם צאנזער רבי'ן.


ביי די חתונה פאריגע וואך בחצרות ערלוי - דושינסקיא - קאסוב וויז'ניץ אין קרישקעס באמערקט דעם חתן אנגעטוהן מיטן רעשוואלקע פון זקינו הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע אונטער די חופה.


ספרא דדיינא פונעם בית דין עדה החרדית הרב יצחק שלמה בלויא ווערט געזעהן בארואיגן די געמיטער ביי די פראוואקאציע'ס די וואך דורך די "אחים לנשק" גרופע אין מאה שערים.


הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגעט שליט''א בן האדמו"ר מסאטמאר ביים מנחם אבל זיין האברך ר' יוסף גאלד הי"ו נאך די טראגישע פטירה פון בנו הבחור מאיר דוב ע"ה.


האד' מאשלג וואס האט ווי באקאנט פארלאזט ארץ ישראל און געפינט זיך דערווייל אין אונגארין עד יעבור זעם ווערט געזעהן ביי א קבלת פנים פאר א חתן וואס האט חתונה געהאט די וואך אין שטאט קערעסטיר סמוך ונראה צום ציון הקודש פונעם הייליגן רבי ישעי'לע מקערעסטיר זיע"א.


דער זקן ראשי הישיבות הגאון רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה לאנדאן ביים מאלן די ווייץ לקראת יו"ט פסח הבעל"ט.


האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק אין א טאנץ מיט העסקן הרב מאיר דוד טאבאק ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.


שמחת פורים בבית הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר אין וויליאמסבורג.


קינדער פארשטעלט פאר ענגלישע סאלדאטן ביים ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא דעם יו"ט פורים.


די טויזנטער פישקעלעך ארבעס אין בונדעלעך גרייט צום שבת שלום זכר בחצר הקודש סאדיגורה.


די העכער 1500 תלמידים פון ת"ת בני ציון ד'באבוב האבן נעכטן מיטוואך צופרי אריינגעמופט אינעם נייעם גיגאנטישע בנין התלמוד תורה אויף די 36'סטע גאס וואס וועט געבן די תלמידים די ריכטיגע ישוב הדעת צו קענען וואקסן און שטייגן בתורה ועבודה.


האדמו"ר מסאסוב מאנסי ביים פוקד זיין ציון זקינו הרה"ק רבי חנוך העניך מקערעצקי זיע"א אין שטאט סאטמאר אין ראמעניע.


הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביים שמחת הבר מצוה לבן העסקן הרב אברהם יעקב פריעדמאן.


הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האדמו"ר מתורת חכם ביים משתה היין אנגעטוהן מיט א מלבוש פונעם באבא סאלי זי"ע.


צווישן די טויזנטער אידן וואס האבן דעם כ"א אדר פוקד געוועהן דעם ציון הק' אין ליזענסק האט 'קרישקעס' באמערקט הרב אברהם פריד משב"ק האדמו"ר מפינסק קארלין ביים איינרייסן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע ליידט די טעג פון א שטארקע שוואכקייט. (קרעדיט: א. איינזבאך).


אויך האט 'קרישקעס' באמערקט העסקן הרה"ח ר' שמחה קרקובסקי יושב ראש הכנסת אורחים ליזענסק פארברענגען אינעם בנין הכנסת אורחים מיטן מאעיר פון שטאט בני ברק הרב חנוך זייברט.


כ"ק האדמו"ר מליזענסק שליט"א ביים פארלאזן דעם אהל הק' אין ליזענסק ביומא דהילולא כ"א אדר.


פון די הילולא אין ליזענסק איז 'קרישקעס' געפארן קיין פשיסחה ווי האדמו"ר מביאלה בני ברק האט געוויילט אויף שבת סמוך ונראה צום ציון הק', זהענדיג ווי די רבי טוט עוסק זיין בלימוד התורה אינעם בנין 'הכנסת אורחים פשיסחה' אין פוילין ליל שישי.


האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא אין א שמועס מיט הרב חנוך זייברט מעיאר פון שטאט בני ברק אינעם לופטפעלד אין ריישא מוצאי כ"א אדר.


האדמו"ר מדזיקוב וויז'ניץ אנקומענדיג אינעם ריישא לופטפעלד אין פולין לרגל די הילולא פון הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע.


א בריוו פון הרב מיכל פירער משב"ק האדמו"ר מבעלזא מיט א ווענדונג פאר כלל חסידי בעלזא בארץ ובגולה אין בעפארברייטונג צום כינוס אדיר "כבוד התורה" וואס ווערט אפגעראכטן דורך מרכז מוסדות בעלזא אלס אות הוקרה והכרת הטוב פאר די 1,800 'כולל אידן' - תומכי הכולל.


המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א ביי די כנרת טייך דעם ערב שבת צו - פרה, וואו דער מקובל האט זיך געטובלט לכבוד שב"ק.


הרה"ח ר' ישראל משה שפיצער הי"ו מעיאר פון שיכון סקווירא ביים אויפטרעטן אין עהרע פון קאנגרעסמאן מייק לאולער פאר זיינע לייסטונגען ביים רייכן מעמד הכרת הטוב דורך די בארימטע חסד 24/7 ארגאניזאציע.


האדמו"ר מסאדיגורה אין א באגעגעניש ביי א חופה די וואך מיט הגאון רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז וועלכער האט ווארעם געוואונטשן דעם רבי'ן לרגל די שמחת הולדת בנו למזל טוב.


לְמַעַן יִיטַב לָךְ וְהַאֲרַכְתָּ יָמִים • האד' ממשכנות הרועים ביים מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון שילוח הקן בבית מקורבו הרב משה חיים כהן אין ירושלים.


ברודערליכע ריקוד דורך האחים האדמור"ים לבית ספינקא ביים הכנסת ספר תורה די וואך צום ספינקא ביהמ"ד אין די זכרון משה געגענט אין ירושלים.


ביים גרויסן פורים טיש בחצר הקודש באיאן, איז דאס יאהר ביים 'פורים שפיל' אויפגעשפילט געווארן אלע ימים טובים בחצר הקודש, מועד במועדו. ביים יו"ט ל"ג בעומר, האט מען מכבד געוועהן איינע פון די נכבדי העדה צו אנצינדן א מהדורה און די חסידים זענען געטאנצן לעבעדיג א לענגערע צייט אויף ניגוני ל"ג בעומר.


די נייע בוך אמונה-בטחון-גאולה פון הרב שלום מרדכי רובאשקין ערשינען אין די טעג איבער די יאהרן וואס ר' שלום מרדכי האט געשמאכטעט אין טורמע אין פרישע דעטאלן פון די באפרייאונג וואס זענען געווען פארהוילן ביז היינט.


מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א וואס וויילט די טעג אויף אפרוה אין נתניה אויף אפרוה האט 'קרישקעס' באמערקט עוסק זיין לימוד תורה בנאות דשא אויפן וואסער אין חצר פונעם אכסניא.


הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א אויף א באזוך די וואך אין ביהמ"ד החדש ספינקא אין בית שמש בנשיאות הגה"צ רבי נפתלי מנחם ווייס אבד"ק ספינקא בית שמש.


קורצע אריינפיר צום וועכענטליכן שיעור פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער ראש ישיבת תורת צבי ספינקא.


די מתנת קודש פון האדמו"ר מוויזניץ וואס די רבי האט געשאנקן פארן געוועזענעם מעיאר פון אלעד הרב ישראל פרוש - זיין אייגענעם טלית מיט וואס די רבי האט זיך באנוצט עטליכע יאהר ביים דאווענען.


האד' רבי יאשיהו פינטו שליט"א ביים פארלאזן דעם ציון הק' אין שטאט ליזענסק ביומא דהילולא קדישא.


דער בארימטער כאראקטער ר' יעקב יוסף לאנגזאם מיט א זיסע ונהפוך הוא שטריימל, אין א צייט ווען איר האט געמיינט איר האט שוין אלעס געזען...



א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' דוד שלמה שווארץ שיחי' משב"ק האד' מקאסוב וויז'ניץ צום בר מצוה פון בנו ני"ו.


bottom of page