top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג ערווארטעט צוגאסט אין אנטווערפען לרגל חגיגת הכנסת ספר תורה אין ק"ק סאטמאר

זונטאג פ' ויקהל • כ"ג אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי סאטמאר אין שטאט אנטווערפען  גרייטן זיך מיט התרגשות אויפצונעמען דעם חשובן גאסט, הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער וועט אנקומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק בקרב חסידי סאטמאר אין אנטווערפען, היינטיגן זינטאג ויקהל.


דער חשובער גאסט טוט אונטערנעמען די נסיעה בשליחות הקודש פון אביו הגדול דער סאטמארער רבי, לכבוד די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די חסידים חברי קהל יטב לב אין אנטווערפען, לעילוי נשמתם פון די צדיקים עצי התמרים ורועי החסידות הרה"ק בעל 'דברי יואל' אין הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע, אין וועט אריינגעגעבן ווערן היינט זונטאג ברוב פאר והדר, אין שפיץ פון דעם גרויסן גאסט וועלכע וועט מפאר זיין בראש שמחת הקהל, אין דעם קהילה נאה וחסודה וואו די רב שליט''א האט מכהן געוועהן ברבנות אין איינגעפלאנצט אירע ערשטע קערנדלעך.


היינט צופרי וועט די רב שליט"א אנקומען בשערי העיר, נאכמיטאג וועט פארקומען די סיום כתיבת האותיות נאכגעפאלגט מיטן חגיגת הכנסת ספר תורה וואו דער רב שליט"א וועט אריינפירן דעם ספר תורה בהיכל הביהמ"ד און אפרעכטן די ריקודי קודש. אויפדערנאכט וועט פארקומען די גרויסארטיגע סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט'ן כינוס אנשי שלומינו בראשות פונעם חשובן גאסט וואס וועט משמיע זיין די צענטראלע דרשה בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


צומארגנס מאנטאג אינדערפרי וועט דער רב שליט"א דאווענען תפילת שחרית אין די ישיבה קטנה, שפעטער אין טאג וועט פארקומען א מסיבת התחזקות פאר די לומדי הכולל. אין די נאכמיטאג שעה'ן וועט זיך דער רב שליט"א ארויסלאזן צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק מיט א קורצע אפשטעל אין שטאט לאנדאן. 


הנה ימים באים.



Comentários


bottom of page