top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הַזְכִּירוּ לְפָנָיו • יארצייט פון הרה"ק בעל 'עקבי אבירים' מסאדיגורה זצוק"ל בצל נכדו מ"מ האד' מסאדיגורה

זונטאג פ' שמות • י"ט טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


נעכטן מוצאי שבת לרגל די 11'טע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר בעל 'עקבי אבירים' מסאדיגורה זיע"א, האט נכדו ממשיך דרכו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא מוצאי שבת קודש אינעם היכל הטישן בחצר הקודש סאדיגורה, ווי די רבי שליט"א האט מסיים געווען ש"ס, אין דערנאך געזאגט דעם הדרן אין קדיש, אין משמיע געווען אמרי קודש במשנתו של בעל ההילולא, דערנאך איז די גאנצער ציבור דורך וואונטשן לחיים.


היינט זונטאג פארמיטאג בעצם יומא דהילולא איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן צום ציון אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, נאכן עלייה לציון האט די רבי געדאווענט תפילת מנחה אין די סאדיגורה ביהמ"ד אין תל אביב - בית מדרשו של רבי, אויפן ארט ווי די בעל ההילולא האט אפגעראכטן די עבודת הקודש צענדליגע יארן, אין דארט אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד היום.





















コメント


bottom of page