דאנערשטאג פ' ויחי • ט' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
'קרישקעס' אינאיינעם מיט גאנץ כלל ישראל טוט מתפלל זיין און איינרייסן לרפואתו השלימה פון ידידינו הבה"ח יהונתן בן ברוריה לרפו"ש (איציק ו.) וואס ליגט שוין באלד א וואך אין א קריטישן געזונט צושטאנד, הקדוש ברוך הוא ימלא רחמים עליו להחלימו ולרפאתו ולהחזיקו ולהחיותו.
*
האד' מראחמיסטריווקא ביי א משפחה שמחה די וואך וואו דער מאמע די עקרת הבית איז ליידער נישט געזונט די לעצטע פאר יאהר, דער רבי האט זיך משתתף געוועהן בשמחתם ווי א געטרייע טאטע און איז געטאנצן מיט די בני המשפחה.
האדמו"ר מבאבוב אין א באגעגעניש די וואך מיטן בעל מנגן הרה"ח ר' מרדכי ווערדיגער הי"ו (MBD) און זיין זון דער בעל מנגן ר' יודל ווערדיגער הי"ו ביי א שמחה אין בארא פארק.
הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו ביים אנצינדן די מדורה אין אתרא קדישא מירון לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, נאכן שבת התאחדות דורך ישיבת אורייתא.
ביים מעמד 'קשר מחזיקים' דינער השנתי לטובת ישיבת סערדאהעלי, האט 'קרישקעס' באמערקט צווישן די משתתפים די אסעמבלימאן העסקן ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו ביים מקבל זיין ברכת הקודש פון האד' מסערדאהעלי.
הרה"צ ר' חיים מאיר האגער בן האד' מוויזניץ ביים דורכגיין נעמען חנוכה געלט פונעם שווער האד' מספינקא בביתו נאווה קודש.
העסקן ר' שלמה זלמן שפיטצער הי"ו פון די בארימטע 'אמני' גרופע, האט 'קרישקעס' באמערקט שפילן דריידל דעם יו"ט חנוכה ביים שולחן הטהור פון רבו האד' מתולדות צבי ספינקא בבית מדרשו אין קרית יואל.
די חברי הקאפעליע בחצר הקודש סערט וויזניץ אין שפיץ פון די לאגענדארע בעל מנגן הרה"ח ר' חיים בנט הי"ו בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ווי די רבי האט זיך באדאנקט פאר משוררים נאכן מהנה זיין במשך די ימי החנוכה.
די שר הצדקות הרה"ח ר' זעליג מענדילאוויטש הי"ו ווערט געזעהן ביים מקבל זיין כוס של ברכה נאכן טיש זאת חנוכה בחצר הקודש באבוב.
די הערליכע קאלעקציע בילדער פון האדמור"ים לבית בעלזא אויסגעלייגט ביים רייכן ועידה 'עיר על תילה' דורך ק"ק בעלזא אין קרית גת.
די ליידיגע היכל התורה אין שיכון סקווירא די וואך ליל ניטל.
ביים שמחת החתונה די וואך פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, האט 'קרישקעס' באמערקט האד' מקאסוב לעיקוואד בסוד שיח מיט הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד בן האד' מוויזניץ.
דמות דיוקנו של אביו: אויפן פליגער אהיים נאכן נסיעה דורך די הונדערטער מחזיקי מוסדות קארלין סטאלין צום ציון הק' פונעם ינוקא זי"ע אין פראנקפורט, האט הרה"צ רבי יוחנן שוחט שליט"א רב דחסידי סטאלין אין ביתר עילית, בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, איבערגעגעבן דברי ברכה אויפן מייק.
אין די יעצטיגע טעג טוט ערשיינען אין אלע פאפא חדרים א הערליכע קאטעלאג - קאלעקציע פון תפילין בייטלעך, פון ווי די בחורים וואס גייען אריין לעול התורה והמצוות וועלן אויסוועלן זייער תפילין בייטל, על פי עצת קדשו פונעם רבין שליט"א, נאכן דערזעהן די פירצה פון מאדערנע תפילין בייטלעך וואס האבן זיך אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור.
ביים שבע ברכות פון החתן בן האד' מווערדאן האט 'קרישקעס' באמערקט דעם רבי'ן שליט"א און א התעוררות'דיגע מאמענט ביי די ריקודין של שמחה.
פרסומי ניסא: אויף די מאנסי'ע גאסן האט 'קרישקעס' באמערקט די בארימטע מגידי שיעור הרה"ג ר' יעקב בריינעס שליט"א און הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א ביי די נרות חנוכה.
נאך די אויפוואכונג פון האד' מגור פאר די חסידים צו נעמען די פלו-וואקסין אין ליכט פון לעצטיגע אינצידענטן, האבן פילע חסידי גור אין אלע שטעט אין ארץ ישראל אויסגעפאלגט די הוראת הקודש און זיך געלאזט וואקסינירן.
נייע בוך 'צדיקים יבוא' ערשיינט לקראת די ביקור קודש פון האד' מוויזניץ אין שטאט לאנדאן, מיט רייכע שילדערונגען איבער די באזוכן פון אדמור"י בית וויזניץ לדורותיהם אין שטאט און די היסטאריע פון 'בית וויזניץ' אין לאנדאן.
די וואך איז מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען אויפן פונוביזער בית החיים לכבוד די יארצייט פון זיין פאטער בנן של קדושים הרה"ח ר' יוסל לאנדא זצ"ל. דער ראש ישיבה איז ארויף צום ציון אינאיינעם מיט א מנין מקורבים און די קינדער און אייניקלעך וואו מען האט געזאגט די מזמורי תהילים כנהוג און דער ראש הישיבה האט געזאגט קדיש.
ביים שמחת הבר מצווה לבן העסקן ר' נחמיה הויזמן הי"ו יו"ר אגודת ישועות קיטוב האט 'קרישקעס' באמערקט הרה"ח ר' יעקב אורי הי"ו משב"ק האד' מראחמיסטריווקא.
כינוס חסידי סאטמאר מבואו ועד צאתו, צוזאמגענימען אין דריי מינוט דורך די מייסטער ארגאנעזירער YF Productions.
הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם ביים ציון הק' פונעם הייליגן בעל שם טוב הק' מלובש מיט די בגדי לבן און קאלפיק.
מודעה און קלארשטעלונג אין שיכון סקווירא איבער הלכות חזקה אויף די פארענטשעס ביי די טישן בצל הקודש.
די אייגנארטיגע הזמנה פון העסקן הר"ר שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו צום בר מצוה פון זיין זוהן, אויטענטיש נאכגעמאכט די נייע 'יונגעלעך' אלבום.
צווישן די שפאלטענעס פונעם שפיטאל צימער די וואך און די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, האט 'קרישקעס' באמערקט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א עוסק זיין בלימוד התורה, נעבן מטת חולי' פון הרבנית הצדקנית מוויזניץ מאנסי ע"ה, וואו דער רבי האט דורכאויס די נאכט אריינגעכאפט די ערשטע זיבן עמודים אינעם מסגרת פון 'מאמר מרדכי' וואו מען האט אין די טעג אנגעהויבן ש"ס, זייענדיג באזארגט אז ער וועט נישט אניאגן דעם סדר הלימוד זייענדיג א אבל.
כ"ק אדמו"ר מסקולען לינדען שליט"א ביים הדלקת נרות חנוכה בקרב חסידיו אין שטאט לינדען, צום ערשטן מאל מלובש מיטן קאלפיק כמנהג אדמור"י סקולען.
הונדערטער אקטיווע עסקנים אין די 'לב לילד' קאמענד סענטער, אין די ברענענדיגע שעות פונעם 'אומשולדיג' קאמפיין, וואו עס איז געשאפן געווארן נאנט צו 1.3 מיליאן דאלער אין פאקטישע נתינות פארן וואוילזיין פון די טייערע אומשולדיגע קינדער.
כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א איז מתפלל א תפילה חרישת בביתו נאווה קודש פון הרה"ק מבעלזא זיע"א אויף רחוב אחד האם אין תל אביב.
האדמו"ר מלויצק איז מנחם אבל ביים פעטער ראש הישיבה הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א ע"פ זוגתו הרבנית ע"ה.
די נייע ניגון וואס וואס ערשיינט לקראת די שמחת הבר מצוה פון די ערשטע איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, די וואך מוצאי שבת, ארויסגעגעבן דורך מקהלת בית פאפא.
ביים עריכת השולחן הטהור דורך האד' ממבקשי אמונה לרגל הילולת אביו הרה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, האט 'קרישקעס' באמערקט הנגיד ר' אהרעלע גאטליב הי"ו זיך וואונטשן ביים רבי'ן שליט"א.
הנהלת כולל חבת ירושלים בקודש פנימה ביי האד' מסאטמאר, מקבל צו זיין ברכת הקודש לקראת די מעמד 'רצונו של צדיק' לטובת די כולל , וואו די ראשי הכולל האבן געצייגט די היסטארישע ירושה בעכער פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע אין וועלכן מען האט פארטיילט כוס של ברכה פאר די משתתפים ביים דינער.
א קוויטל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א בכתב ידו צום פעטער הרה"ק בעל 'ישועות משה' מוויזניץ זי"ע ליציטירט אויף אוקשען.
די פייערדיגע דרשת התעוררות דורך הרה"צ רבי יוסף ברייאר שליט"א בנו הגדול פון האד' מבאיאן ביים עלייה לציון הק' פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע אין שטאט סאדיגורא מיט די נגידי ותומכי מוסדות באיאן.
הרה"ח משה גפן הי"ו משב"ק הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים צייגן א יארמולקע פונעם רבי'ן זי"ע פאר הרה"צ ר' אפרים שלמה הלברשטאם דומ"ץ רודניק.
רירנדע דברי התעוררות פון האד' מביטשקוב אין ליכט פון דעם שרעקליכן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט איינע פון די ימי החנוכה ווען א ספר תורה איז ליידער אראפגעפאלן אויף דער ערד ווען דער רבי שליט"א איז געגאנגען פתיחה און איינע פון די פסול׳ע ספרי תורה האט ארויסגעגליטשט פונעם ארון קודש.
דברי קינה ונהי פונעם מגיד נפלא הרה"ג ר' שמעון אופמאן שליט"א פון מעלבארן אוסטראליע אינעם ביהמ"ד דקהל 'עדת ישראל' וואס האט ליידער אפגעברענט ביי א שרעקליכע אנטיסעמיטישע אטאקע.
מעמד קבלת פנים און זאת חנוכה טיש אין די חסידישע כולל יחיאל יהודה אין לאס אנזשעלעס לכבודו פונעם חשובן גאסט האד' משענדישוב, וואס איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לטובת מוסדותיו.
כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א ביים איבערגעבן א שיעור הכנה פאר בר מצוה בחורים אין די קהילה, ווערט געזעהן הרה"צ ר' דוד ראזנבוים בנו הגדול פון האד' מפרעמישלאן וואס איז געקומען לאדענען דעם רבי'ן צום בר מצוה פון זיין אייגענעם קינד און איז פארבליבן מיטהאלטן דעם שיעור.
האד' מלויצק ביים ביים שמחת הבר מצווה די וואך לבן העסקן ר' נחמיה הויזמאן הי"ו יו"ר אגודת ישועות בקיטוב.
אידן אין סקווירא ווארטן אריינצוגיין אל הקודש פנימה ליל זאת חנוכה.
יד החסידים על העליונה: הגאון רבי יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר ביים טאנצן דעם 'ר"ר אלימלך'ס טאנץ' ביי א חתונה די וואך פון א תלמיד.
די וואך האט העסקן הרב ר' דוד כץ הי"ו דער עקזעקוטיוו פארזיצער פון די 'איזראעל העריטעזש פאנדעישאן' ארגאניזאציע, ערהאלטן א ניחום אבלים בריוו פונעם פרעזידענט ערוועלט טראמפ. ר' דוד פארמאגט גאר נאנטע באציאונגען מיט טראמפ נאך פון זיין ערשטע טערמין אינעם ווייסע הויז.
א ליבליכע שמועס צווישן האד' מניקלשבורג און הרה"ג ר' חיים לייב וואלטער אבד"ק נירעדהאז ביי א שמחה די וואך.
נייע מוזיק ווידיאו "סאטמאר מעדלי" ארויסגעגעבן דורך הערשי וויינבערגער, שלמה זלמן הורוויץ, פרייליך בענד, שירה און אידיש נחת קווייערס.
א ברכת מזל טוב פאר העסקן הר"ר שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא, לרגל די שמחת הבר מצוה פון בנו בכורו למזל טוב. די בר מצוה קומט פאר קומענדיגע מיטוואך שמות און די זאל פון עטרת פרידא אין מאנסי.
א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' נחמיה הויזמאן הי"ו יו"ר אגודת ישועות בקיטוב, לרגל הבר מצוה פון בנו בכורו למזל טוב.
ברכות מזל טוב להבה"ח ראובן גלדשטיין הויז בחצור ביי האדמו''ר משומרי אמונים י-ם לרגל שמחת נישואיו בשעה טובה ולמזל טוב.
א ברכת מזל טוב פאר העסקן הר"ר יוסף דוד גאלד הי"ו פון בארא פארק בן הגה"צ אבד"ק שערי חסד שליט"א, לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן חיים אלי' ני"ו בשעה טובה ולמזל טוב.
Kommentare