top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גאב"ד מאקאווא געפראוועט געהויבענע יומא דהילולא אין שטאט מאקאווא - אונגארן אינאיינעם מיט סעודת הודאה

דינסטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

‎בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

גאר א געהויבענע נסיעה איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אינאיינעם מיט א צאל חסידים ומקורבים, לרגל דעם גרויסן הילולא קדישא, די אכציגסטע יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל 'אהל משה' ממאקאווא זי"ע וואס איז אויסגעפאלן דעם מוצאי שבת י"ז סיון, ווי דער רב שליט"א איז יאר יערליך פוקד דעם ציון הק' אין שטאט מאקאווא אונגארן. אין לויף דאנערשטאג האט מען פוקד געווען די ציונים הק' פון דעם רבינ'ס הייליגע זיידעס, צום ערשט בייפ ציון פון הגה"צ רבי מנחם מענדל לעמבערגער זצ"ל, אין שטאט פאלגאר, און דערנאך האט מען פוקד געווען דעם ציון הק' בעל תורת משה נתן נטע, א זון פונעם טשענגער רב זי"ע וואס ליגט אין טיסא פיראד. פרייטאג אינדערפרי איז מען אנגעקומען קיין טשענגער ווי מען האט מתפלל געווען תפילת שחרית אינעם שטאטישן בית הכנסת, און גלייך דערויף איז מען צוגעגאנגען צום דערנעבנדיגן ציון הק' פונעם פועל ישועות דער טשענגער רב זי"ע וואו דער רב מיט דער ציבור האבן מתפלל געווען להיפקד בדבר ישועה ורחמים. שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף א דערהויבענע פארנעם בראשות דעם רב שליט"א אינעם עיר האבות מאקאווא אינעם ארטיגן שול וואס געפינט זיך סמוך ונראה צום ציון הק'.


מוצשב"ק ביומא דהילולא קדישא איז געפראוועט געווארן א גרויסע סעודת הילולא, און דערביי איז אויך פארגעקומען א גרויסע סעודת הודאה דורך העסקן הנמרץ לכל קדשי בית מאקאווא, הרה"ח ר' דוד מרגלי הי"ו, וואס איז פאריאר געקומען צופארן צום יארצייט קיין מאקאווא, און איז ליידער פארמישט געווארן אין גאר א שווערן עקסידענט, וואס ער איז דערפון קריטיש פארוואונדערט געווארן און זיך געוואלגערט בין חיים למות, אז עס איז אים בדרך הטבע נישט געבליבן קיין שום אויסזיכטן צו בלייבן לעבן, דער מצב האט שוין געהאלטן אזוי ווייט אז מען האט אים דאן צוגעגעבן דעם נאמען אלעזר, און למעשה האט ער דורך ניסי ניסים זיך צוביסלעך ערהוילט נאכן ווערן אפגעפירט אין א ארץ ישראל'דיגע שפיטאל, און האט נישט לאנג דערויף געטאנצן ביי זיין קינד'ס חתונה מיט זיינע אייגענע פיס.


דער בעל הנס ר' דוד האט אויפגאטראטן ביים מעמד מיט ספעציעלע רירנדע ווערטער, ווי ער האט דערביי דערציילט זיין אויסערגעווענליכע נס ווי ער איז געראטעוועט געווארן למעלה מדרך הטבע, און בתוך דבריו האט ער ערווענט אז ער האלט אז ער שפירט ביי זיך אז דער נס איז אים געשען, בזכות זיין קבלה טובה וואס ער האט זיך פארגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, עס איז איבעריג צו שילדערן דער געוואלדיגע התרגשות וואס האט געהערשט בשעת דעם מעמד זעענדיג פאר זיך דעם בעל הנס וואס א יאר צוריק אינעם זעלבן טאג האט פארסירט דאס ערגסטע און ב"ה היינט שטייט ער - במקום הנס, אויף די אייגענע פיס פולקאם געזונט. זונטאג אינדערפרי האט זיך דער רב שליט"א מיטן גאנצן ציבור צוריקגעקערט אהיים מיט הויפענעס השפעות טובות און מיט פילע באגאדזשן פון ישועות ורפאות וכל מילי דמיטב.





































Comments


bottom of page