top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כולם נקבצו: חסידי וויזניץ פון אמעריקע און קאנאדא וועלן קומען צו פארן צו "לעצטע שבע ברכות" אין לאס אנדזשעלעס

דאנערשטאג פ' יתרו • ט"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: איתי קצב

 

אין א דראמאטישע שמחה'דיגע אנטוויקלונג אנבאלאנגט די בעפארשטייענדע חתונה בחצר הקודש וויזניץ, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די "לעצטע שבע ברכות" בצלו פונעם סבא קדישא דער גרויסער עלטער-זיידע מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין לאס אנדזשעלעס, וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסארטיגן פארנעם מיט א היסטארישע התכנסות פון כלל חסידי וויזניץ פון איבער גרעיטער אמעריקע און קאנאדא.


ווי שוין באריכטעט אנהייב וואך איז געטוישט געווארן דער אריגינעלער פלאן וואס האט לכתחילה געהייסן אז דער וויזניצער רבי וועט על אם הדרך פון ארץ ישראל קיין לאס אנדזשעלעס, וואו דער רבי וועט די קומענדיגע חדשים זיך אויפהאלטן לצרכי רפואה, זיך אפשטעלן אין ניו יארק און מפאר זיין על ראש שמחתו, די חתונה פון אן אור-אייניקל, אייניקל ביי חתנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, אבער למעשה איז דאס בטל געווארן צוליב א חולשה ביים רבי'ן און לויט'ן ראט פון די דאקטוירים וועט דער רבי אפרייזן דירעקט פון ארץ ישראל קיין לאס אנדזשעלעס.


לאור זה איז באשטימט געווארן אז די לעצטע שבע ברכות וועט פארקומען במעון הקודש פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א אין לאס אנדזשעלעס, וואו עס וועלן קומען צו פארן די געהויבענע זיידעס מכל הצדדים, און זיך מיטפרייען מיט'ן ראש בית אב בעת משוש.


ווי נאר די ידיעה איבער די לעצטע שבע ברכות ביים רבי'ן אין לאס אנדזשעלעס איז ארויס צווישן די וויזניצער חסידים אין חוץ לארץ, איז אויסגעדרוקט געווארן גרויס השתוקקות ביי די חסידים צו קענען מיטלעבן די שמחה ביים רבי'ן אין הויף, און אצינד איז געמאלדן געווארן אז עס ווערט טאקע אראנדזשירט אז די לעצטע שבע ברכות וועט געפייערט ווערן אלס זמן קהלה לכל, און עס ווערט אראנדזשירט אלס התכנסות רבתי צו וואו עס וועלן קומען צו פארן טויזנטער וויזניצער חסידים פון אמעריקע און קאנאדא.


דער וויזניצער רבי שליט"א לאזט זיך ארויס קיין לאס אנדזשעלעס דעם קומענדיגן זונטאג תרומה, און דינסטאג תרומה, אינעם לעצטן טאג פון די שבעת ימי המשתה, וועט אפגעראכטן ווערן די גרויסע שבע ברכות בצלא דמהימנותא עילאה על אדמת לאס אנדזשעלעס.


די היסטארישע שבע ברכות ונעילת ימי השמחה אין לאס אנדזשעלעס וועט באשיינט ווערן אין שפיץ פון די גרויסע זיידעס מכל הצדדים, כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ וויליאמסבורג און בית שמש, און באזונדער קוקט מען ארויס אויף די געהויבענע השתתפות פון נאך דריי וויזניצער רבי'ס, וואס וועלן ארום די טעג פון די שבע ברכות זיך אויפהאלטן אין לאס אנדזשעלעס און אינעם אומגעגנט, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס וועט דאן וויילן אינעם לאס אנדזשעלעס אומגעגנט אויף אפרו, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קיימישע שליט"א וואס וועט אפרעכטן דעם שבת משפטים אין לאס אנדזשעלעס לטובת המוסדות, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס וועט אין די וואכן וויילן אין קאליפארניע אויף אפרו.


די דריי וויזניצער רבי'ס זענען בהדרת כבוד געלאדענט געווארן צו מיטלעבן די שמחה בשבת אחים גם יחד וואס וועט געפייערט ווערן יחד שבטי ישראל.



Comments


bottom of page