top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאסוב לאזט זיך ארויס קיין ארה"ק; גרויסער עצרת הספד און שבתא דריגלא געפלאנט אין ירושלים

דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: ארי פריינד

 

חסידי ומעריצי בית קאסוב בארץ הקודש טוהן אויסשרייען 'בריך מתייך לשלם', זיך גרייטענדיג צו ענטפאנגען דעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וועלכע וועט אנקומען מארגן מיטוואך בשערי ארה"ק און זיך דארט אויפהאלטן די קומענדיגע זוממער וואכן. באזונדער איז די התרגשות ביי חסידי קאסוב אין ירושלים, וועלכע האבן ביז נישט לאנג צוריק זוכה געווען נהנה צו זיין מאורו הבהיר פונעם נייעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט אין לויף פון די פארלאפענע יאר מאציל געווען מהודו והדרו אויף עדת צאן מרעיתו בקרתא דשופריא, ביי די לעכטיגע באטעס און מסיבת מרעים אין קאסובער ביהמ"ד אין ירושלים, ווי דער רבי האט געדינט אלס רב הביהמ"ד.


דעם רבינס באזוך אין ארה"ק ברענגט ארויף געגועים וכיסופים ביים היימישן עולם אין ארץ ישראל, זיך בענקענדיג צו יענע לעכטיגע טעג בהלו נרו על ראשנו ווען כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל פלעגט יאר יערליך ארויפקומען קיין ארה"ק אין די זוממער וואכן און דארט פראווענען די תפלות, די טישן און די העכערע עבודת הקודש מיט א זעלטענע דערהויבענקייט און דביקות, הלא למשמע אוזן תאבה נפשינו. אצינד נאך די הסתלקות פון רבי'ן זכר צדיק לברכה, וועט מען זיך מחזק זיין מיט נטפי נחמה בצלו פון ברא כרעא דאבוה דער רבי שליט"א וועלכע וועט ווייטער אנהאלטן דעם אש קודש שלא תכבה, און אריינשיינען אין די אידישע הערצער אויפן דרך פונעם גרויסן פאטער דער רבי זצ"ל.


אין די זעלבע צייט ווערט געמאלדן אז דעם דאנערשטאג נאכט וועט אפגעהאלטן ווערן א גרויסארטיגע 'עצרת הספד והתעוררות' אין ביהמ"ד הגדול וויז'ניץ אויף רחוב אדוניהו אין ירושלים, ווי דער רבי שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי הספד און אזוי אויך וועלן געהערט ווערן דברי הספד פון די גדולי המשפיעים הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, הגה"צ ר' אביש ציינווירט שליט"א און הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א.


אויף דעם שבת פרשת בלק וועט דער רבי שליט"א וויילן אין רמת וויז'ניץ - חיפה בצל הקודש פון זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א און מיטהאלטן די 'שבת פארן יארצייט' פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר בעל חכמת אליעזר מסערט וויז'ניץ זצוק"ל. דורכאויס די וואך וועט זיך דער רבי אויפהאלטן אין חיפה סמוך על שולחן חותן המלך און אויף שבת פרשת פינחס וועט דער רבי צום ערשטן מאל פראווענען א גרויסע שבת אין ירושלים עיה"ק, ווי עס איז ערווארטעט א מאסן צוזאמפאר פון הונדערטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן דעם ערשטן שבת בצל הקודש בארה"ק.


תגובות


bottom of page