האד' מוויזניץ רעכט אפ רירנדע סעודת הודאה אפצייכנענדיג 26 יאר פון שווערע עקסידענט מיט תומכי קמחא דפסחא וויזניץ אלעד
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג תצווה ז' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן אויפדערנאכט ליל ז' אדר האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אפגעראכטן א באשיידענע און רירנדע סעודת הודאה אפצייכענענדיג זעקס און צוואנציג יאר זינט ווען דער רבי איז געראטעוועט געווארן ממוות לחיים פון א שוידערליכע קאר עקסידענט בשערי ירושלים.
די סעודת הודאה איז פארגעקומען אין מושב אורה ווי דער רבי וויילט די יעצטיגע תקופה לצרכי רפואה, ווי עס האבן מיסב געווען על שולחן מלכים א גרופע נגידים ותומכים וואס האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרעסערע סכומים לטובת די קמחא דפסחא דק"ק וויזניץ אין אלעד.
ביים סעודה האט זיך אויך באטייליגט דעם רבינ'ס איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א וואס האט אויך אויפגעטראטן מיט דברות קודש און דערמאנט די חסדי ה' וואס מ'האט צוגעזען אין לויף פון די יארן.
דערנאך האט אויפגעטראטן דעם רבינ'ס זון הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד און מיט א קול געשטיקט פון טרערן האט ער געבעטן א הייסע תפלה צום אויבערשטן למען יחוס על עם עני ואביון און מ'זאל בקרוב זוכה זיין אז דער רבי זאל זיך צוריקקערן למקום מושבו אין בני ברק און ווייטער פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות און מיט א שלימות הבריאות.
צום הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון רבי'ן וואס האט ארומגערעדט איבער יענע שווערע טעג און דערמאנט לשבח עטליכע אידן וואס האבן אים ארויסגעהאלפן אין יענעם תקופה. אזוי אויך האט דער רבי דערמאנט די באזוך וואס דער פוסק הדור הגאון האדיר בעל שבט הלוי זצ"ל איז אים דעמאלט געקומען מבקר חולה זיין אין שפיטאל.
דורכאויס די טיש האט מען געזינגען מערערע ווארימע און לעבעדיגע ניגונים, צווישן זיי דער ניגון יש בורא עולם, און דער רבי האט מעודד געווען די ניגונים מיט אן אש להבה כדרכו בקודש. נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט א ספעציעלע מתנה פאר די נדיבים לכבוד פסח, אלס אנערקענונג פאר זייערע ווארעמע שטיצע לטובת די מפעל קמחא דפסחא.

















































תגובות