מיטוואך פ' ויצא • ט' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער: אייזיק י.
חסידי באבוב 45 האבן זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די טאעפעלטער שמחה אינעם רבינס הויף מיטן שידוך שליסן פון צוויי אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די ערשטע שידוך די חתן א זון פון בנו הגדול הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט"א ראש ישיבה קטנה באבוב 45, איידעם ביי הרה''ג ר' אליעזר שמעי' לעוו נשיא תפארת אליעזר, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' צבי נחום אשכנזי שליט"א האד' מזלאטשוב סטאניסלאוו, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד מעזיבוזש שליט"א.
שמחה גוררת שמחה איז עטליכע טעג דערויף געשלאסן געווארן די שידוך פון נאך א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרה"צ ר' חיים בנציון אונגער, איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' בנציון דוב האלבערשטאם שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסארוואש זצ"ל, און איידעם ביי הגה"ח ר' לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.
Comments