top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ציון במר תבכה • מסע הלוי' פון די צוויי ספרי תורה פארנט פון ביהמ''ד 'ברך משה' סאטמאר אין ירושלים

דינסטאג פ' תצוה - ז' אדר תשפ"ג

בילדער קרדיט: שלמה טריכטר אין דוד ארזני (בחדרי חרדים)


קול בחצרות - מיט צובראכענע הערצער, האבן שווערע טויזנטער בני ירושלים נעכטן אור לז' אדר אפגעגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה ביי די מסע הלויה פון די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש אין תשמישי קדושה וועלכע זענען ליידער פארברענט געווארן אינעם העלישע שריפה וואס האט אויסגעבראכן דעם שבת אין די בניני הקהילה והמוסדות דחסידי סאטמאר אין ירושלים עיה''ק.


די מסע הלויה איז פארגעקומען בחוצות ירושלים על פני רחבת ביהמ''ד ברך משה אויף רח' יונה, בהשתתפות פון הונדערטער חסידי סאטמאר פון אלע שטעט איבער גאנץ ארה''ק זקנים עם נערים, אינאיינעם מיט טויזענטער ירושלימער אידן פון אלע שיכטן אין קרייזן, ובראשם הרבנים הגאונים שליט''א וחברי ביד''צ העדה החרדית, וועלכע האבן באגלייט די צוויי ספרי תורה אינאיינעם מיט די פולע תשמישי קדושה.


אנגעהויבן בערך אום 7:00 פארנאכטס האט מען ארויסגעברענגט די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה אינאיינעם מיט די פילע תפילין אין תשמישי קדושה אויפן שטח פארנט פונעם ביהמ''ד, און הרה"ג ר' יעקב מענדל ניילינגער שליט"א מרבני הקהילה און בעל תפילה קבוע ימים הנוראים האט אנגעהויבן פארזאגן די פרקי תהילים, און דערנאך פארגעזאגט די קינות פון תשעה באב, אויף די שרעקליכע אבידה, און ממשיך מיט די קאפיטלעך תהלים ווי ס'איז מקובל.


דערנאך האט הגה''צ רבי משה טייטלבוים שליט''א דומ''ץ סאטמאר ירושלים אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע דיבורים בבכיות נוראות און מעורר געווען דעם גאנצע ציבור לתשובה ולתיקון המעשים, און נאך זיין דרשה האט דער דיין שליט"א פארגעזאגט אינאיינעם מיט די גאנצע ציבור די "ווידוי" בהתעוררות רב.


דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ בדברי הספד חיזוק והתעוררות.


נאך די דרשה איז ערשינען כ''ק מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, מען האט געזאגט א קאפיטל תהילים און דערנאך האט דער ראש בית דין שליט''א משמיע געווען דברות קודש בקול חוצב להבות אש דברי התעוררות זיך מחזק זיין בדברים הצריכים חיזוק, און געזאגט אז דער שטן פארלייגט'זיך אויף די אלע פעולות לטובה להעמיד הדת על תילה פון ידיד נפשו כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א, און האט געבעטן צו העלפון צוריק בויען דעם בית הגדול והקדוש ברוב פאר והדר, וואס דאס וועט זיין דער בעסטער ענטפער פאר'ן שטן, און ס'וועט זיין "גדול יהיה כבוד הבית האחרון יותר מהראשון" און האט מסיים געווען בברכות קדשו.


דערנאך האט הגאון רבי יעקב מענדל ניילינגער פארגעזאגט די סליחות "אזכרה אלוקים", און אינאיינעם מקבל געוועהן "קבלת עול מלכות שמים".


דאן האבן די גבאים פון "חברה קדישא" פארגעזאגט א קאפיטל תהילים, און די צוויי נדבנים פון די ספרי תורה הר''ר דוד פרייא און הר''ר משה אבראמאוויטש האבן געזאגט קדיש יתום בבכיות נוראות.


נאך די לויה האט הרה"ח ר' ישכר יאקאב מנהל המוסדות אין ירושלים אויסגערופן דעם גאנצן סדר פון די היינטיגער יום תפילה ותענית בבכי ומספד, כהוראות הקודש פון כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א ואתו עמו דער בית דין צדק העדה החרדית


ארום 8:45 האט דער גאנצע ציבור אנגעהויבן מלוה זיין די ספרי תורה ווען די ירושלימער גאסן זענען שווארץ פון די טויזענטער מלוים וואס האבן באגלייט מיט א טיפן טרויער און צובראכנקייט די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה מיט די פולע תשמישי קדושה אויפן וועג צום הר המנוחות ווי די ספרי תורה זענען באערדיגט געווארן אינעם חלקת גניזת סתם.


בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן ביי די לוי' פילע אדמו''רים ורבנים ראשי עם קודש האדמו''רים תולדות אהרן - רחמיסטירווקא - פינסק קרלין - משכנות הרועים אין הגה''צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק אין באגלייטונג פון חברי קהילתו


היינט נאכמיטאג וועט אין ביהמ"ד הגדול דק"ק מהרי"ץ דושינסקיא פארקומען א עצרת התעוררות ווי מ'וועט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים און נאך תפילת מנחה וועלן געהערט ווערן דרשות התעוררות.

















































































































bottom of page