top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאלכסנדר באזוכט ביי גיסו דער זקן ראש הישיבה הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א לרגל השמחה במעונו

  • 9 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שלח • כ''ד סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפאנעם וואך ערב די שמחת החתונה אינעם אלכסנדר הויף, איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א ארויף אויף א באזוך למעון תורתו פונעם שוואגער דער זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, אים איינצולאדענען צו די שמחה. דער רבי מיט זיין שוואגער די ראש הישיבה האבן ארומגעשמועסט מעניני שמחה און זיך געוואונטשן ברכות לרוב.


דער ראש הישיבה האט טאקע זיך מטריח געווען און באשיינט ביים שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען אינעם שטאטישן אודיטאריום אין בני ברק וואו ער איז אויפגענומען געווארן בכבוד והערצה דורכן אלכסנדר רבי'ן און איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן.



תגובות


bottom of page