top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בר מצוה פון אייניקל ביי האד' מבאבוב געפראוועט אין די ראלי האטעל

מונטאג פ' כי תבוא - י"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


פארלאפאנעם ליל שישי איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א, בן לבנו הרה"צ ר' דוד הלברשטאם שליט"א חתן הרה"צ רבי לייבוש הורוויץ מסטריזוב בן כ''ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט''א וחתן הגה"צ ר' ירמי' טייטלבוים מאוהעל, די סעודת הבר מצוה איז פארגעקומען אין די זאלן פון די ראלי האטעל אין סט. פאולסבורג אין שפיץ פון די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. במשך די סעודה האבן אויפגעטראטן די זיידע הרה"צ ר' לייבוש הוורויץ און די עלטער זייידע הגה"צ ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א.


פרייטאג צופרי פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די מעמד הנחת תפילין במקום הנופש פון כ''ק האדמו''ר מבאבוב שליט''א אין ווייטלעיק ווי דער רב שליט"א האט געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די רב שליט"א האט משמיע געוועהן דברות קודש.
























bottom of page