top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר "שיעור ד'" אונטערן רושם נאך געהויבענע באזוכן פון האד' מדושינסקיא

מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


די בחורי חמד תלמידי הישיבה גדולה דסאטמאר "שיעור ד'" זענען די טעג אונטערן רושם פון די געהויבענע באזוכן בהיכל הישיבה דורך דעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, פון וועמען די תלמידי הישיבה האבן געשעפט הויפנס מיט חיזוק וואס באגלייט די בחורים אויף ווייטער.

די רבי שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט די בחורים אין דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים. דער ראש הישיבה הרה"ג ר' אריה דוב קארנבלי שליט"א האט מקדם געווען בברכה דעם חשוב'ן גאסט ארויסברענגענדיג די ווארימקייט וואס דער רבי פארמאגט ווען עס קומט צו די נושא פון עלטערע בחורים און דער רושם וואס דער רבי האט געלאזט אויף די בחורים ביי די פריערדיגע באזוך אין שיעור ד' מיט עטליכע יאר צוריק.

דאן האט דער רבי משמיע געווען דברי התחזקות און דברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכות לרוב. צום שלוס האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד און די בחורים זענען אריבער אל מול פני הקודש און די מנהלי הישיבה האבן איבערגעגעבן א 'כוללות קוויטל' פארן רבי'ן מיט די נעמען פון אלע בחורים המצפים לישועה.

צומארגענס, דאנערשטאג אינדערפרי זענען די תלמידי הישיבה וואס דאווענען געווענליך מיטן ערשטן מנין אין די ישיבה אום 7:30 איבערראשט געווארן צו זען ווי די רבי שליט''א איז ווידעראמאל אנגעקומען אין די ישיבה, מיטצוהאלטן דאס דאווענען מיט די תלמידים נאכדעם וואס דער רבי האט זיך דערוואוסט אז א גרופע בחורים דאווענען פריער פארן ארויסגיין צו די ארבעט, וועלנדיג מחזק זיין דער מנין באשמורת הבוקר.















Comments


bottom of page