top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר וועט מארגן אנקומען צום עיר הבירה וויען עסטרייך אויפן וועג צום מסע קודש קיין סיגעט

מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג


קול בחצרות - היינט מיטוואך וועט זיך כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א ארויסלאזן אין וועג צו די מסע הקודש צום עיר האבות סיגעט ווי די רבי וועט פראווען דעם שבת פ' משפטים שבת שקלים אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות פון ארץ ישראל אין אייראפע


די רבי שליט''א וועט פארלאזן קרית יואל היינטיגן מיטוואך נאכמיטאג, מארגן דאנערשטיג אינדערפרי וועט די רבי לאנדען אויף א קורצע אפשטעל אין וויען עסרטייך ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן איבערן טאג, די רבי וועט דאווענען שחרית אין ביהמ''ד קהל חסידים אין נאכן דאווענען וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבין שליט''א, די רבי וועט האבן די אכסניא אין וויען אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי


נאכמיטאג וועט די רבי פארזעצן די נסיעה מיט א פריוואטע ערעפלאן צום שטאט סיגעט אין ראמעניע ווי די רבי וועט פראווען א גרויסער שבת מיט די בחורים לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק בעל קדושת יו''ט מסיגעט זי''ע



bottom of page