top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חרד כל לב • שארפע דברי מחאה פונעם פוסק הדור איבערן מכבד זיין א פרוי מיט גלילה

דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


גאר שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א נאכפאלגענדיג די שרעקליכע חילול השם אין בזיון כבוד התורה וואס האט זיך אפגעשפילט אין א געוויסע בית המדרש אין בית שמש אין רמה ד', ווי ביי א הכנסת ספר תורה די וואך אין אן ארטיגן שול איז א פרוי אויפגערופן געווארן צו גיין גלילה צום ספר תורה רח"ל בעת ווען דאס בית המדרש איז געווען פיל מיט מענער וואס זענען געשטאנען פון ארום און געטאנצן און געזינגען, און צוגעקוקט ווי אזוי די פרוי איז גולל די ספר תורה.


אין ליכט פון דעם געשעהניש האט דער פוסק הדור נעכטן געלאזט הערן גאר שארפע ווערטער ביים וועכענטליכן שיעור פאר די אברכי כולל "תשובות והנהגות'' זיך באציענדיג צו די פאסירונג אלס א 'מעשה נבלה'. ווי נאר דער פוסק הדור האט געהערט פון דעם בזיון כבוד התורה האט ער געטוהן הלכה למעשה אין באלד אפגעשריבן דברי מחאה ארויסברענגענדיג וואו עס לאזט זיך נישט גלייבן אז ס'האט אזאנס פאסירט בימינו אלה, וואו ער רופט אויס פאר'ן יהדות החרדית: "אחינו בני ישראל נתנתק מהם, ויהיה טוב לנו ולבנינו", ער איז מכנה די קהילה אלס א 'קהילה בשורש חרדים' אבער איבערהויפט נישט חרדים לדבר ה', אין איז מוחה בכל תורף אויף די עוולה וווען זיי האבן מתחילה געזאגט אז מיטן געבן די פרוי גלילה ווערט חלילה נתרומם די כבוד התורה און די כבוד פון א אידישע פרוי - חס מלהזכיר.




Comments


bottom of page