מאנטאג פ' יתרו • י"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
טויזענטער אידן שלומי אמוני ישראל תושבי עיר מאנסי והגלילות, האבן פארלאפענעם מוצאי שבת קודש פרשת בא איבערגעפולט די פראכטפולע ווילחאוויץ זאלן אין צענטער פון שטאט מאנסי, ביים גייסטרייכן דינער א נאכט מיט רבי מאיר, לטובת צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חיבת ירושלים, בראשות אדמור"י ורבני העיר.
א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכל הקהל הקודש, באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה דורך דער טאלאנטפולער בעל מנגן לבית באבוב הרב החסיד ר' מרדכי וואלף לאנדא, אינאיינעם מיט א געשמאקע קאפעליע פון היימישע אינגעלייט, אנגעפירט דורך דער באקאנטער חוקר בעניני נגינה הרב דוד מאיר רוס יושב ראש מכון שירי דוד.
צוליב די ריזן פלייץ פונעם ציבור המשתתפים, איז די גאנצע זאל געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו, און א באזונדערע שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן נעבן די זאל וואס זאל דינען אלס פארצימער איידערן אריינקומען אין זאל. ספעציעלע מתנות זענען פארטיילט געווארן פאר די חשובע תומכים, און גאר ווערדפולע גאלדענע און זילבערנע חפצים פאר די גרעסערע נדיבים.
אויפן בימת הכבוד זענען געווען אויסגעשורה'ט מערערע גדולי הדור, אדמור"י ורבני העיר, דיינים ומרביצי תורה, די מלוה מלכה איז געווען געווידמעט לזכר נשמתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל מזקני אדמור"י העיר, שטייענדיג אינעם שנת האבילות להסתלקותו, און מיט טרעפליכע דברי זכרון ומסורת הדורות האט אויפגעטרעטן בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א.
דער מייסטער אנפירער און יושב ראש הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש האט אנגעפירט די גאנצע מעמד מיט אן הילכיגע שטימע און קאלירפולע רעדע, דער מנהל הכולל הרב ישכר בעריש רובין האדמו"ר מדאמבראווא האט איבערגעגעבן דעם דבר רבי מאיר און א גרוס מהנעשה והנשמע אונטער די צדקה פושקעס. אלס אורח הכבוד האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א, וועלכער האט אויפגעפלאמט אלע הערצער איבער די געוואלדיגע סגולה וואס איז געווען קודש קדשים ביי אלע פריערדיגע צדיקים כידוע, צו שטיצן עניי ארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס.
די פרס חבת ירושלים און כבוד התורה איז געשאנקען געווארן פאר הרב הגאון ר' נפתלי צבי מייזליש שליט"א איידעם ביי כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און פאר הרב הגאון ר' שמואל קאליש מדייני קהילה קדושה בעלזא. ספעציעלע פרסים און תעודות זענען געגעבן געווארן פאר די חשובע גבאים און עסקני הקופה, איבערהויפט די נזר נחלת אבות פאר העסקן הנמרץ ר' משה פריעזעל, מראשי העסקנים פון די נייע שטעטל קרית סקווירא אין די קעטסקילס.
Comments