דאנערשטאג פ' משפטים - כ"ה שבט תשפ"ג
קול בחצרות - מטעם די צאנזע קהילות אין אמעריקע איז געמאלדן געווארן די פריידיגע נייעס איבער א פרישע דורכברוך אין כשרות, ווען נאך גאנצע פערציג יאר וואס צאנזע חסידים אין אמעריקע האבן נישט געגעסן קיין בהמה פלייש, צוליב פארשידענע הידורים און פארלאנגען וואס הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זצ''ל האט אוועקגעשטעלט, איז אצינד אויסגעארבעט געווארן א היתר צו עסן בהמה פלייש פון די סקווירא השגחה.
ווי באקאנט איז מיט יארן צוריק געווען א שערוריה איבער די כשרות פון בהמה פלייש אין ניו יארק, און פילע גדולים האבן דעמאלטס געבעטן פון די חסידים נישט צו עסן קיין בהמה פלייש, ווי הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ''ל און הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זצ''ל. אצינד נאך לענגערע דיונים און לאנגע חדשים פון דורכטוהן און באטראכטן די אופן השחיטה און כשרות ביי די סקווירא שחיטה, האבן די רבנים און דיינים פון די צאנזע קהילות אין אמעריקע זיך געוואנדן צו כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א דורכצוטון די שאלה פון פריש. דער צאנזער רבי האט דורכגעטון אלע צדדים בכובד ראש, נאכגעקוקט און באשטעטיגט די פילע חומרות און הידורים פון די בארימטע "פישל'ס בית השחיטה" וואס שטייט אונטער די השגחה פון ביד"ץ לעניני כשרות דחסידי סקווירא, און ארויסגעגעבן דעם היתר פאר די חסידים צו עסן בהמה פלייש פון דעם פישל'ס בית השחיטה מיט די סקווירא השגחה.
די צאנזע דיינים אין אמעריקע האבן אין די לעצטע תקופה מערערע מאל מיטגעהאלטן די אופן הכשרות אין די בית השחיטה, זיי זענען דארט געווען צוצוזעהן פונדערנאנט די חומרות און הידורים, סיי די אופן השחיטה, סיי די שוחטים יראי שמים און ריכטיגע חסידישע אידן, די בדיקות הסימנים נאכן שעכטן און אזוי ווייטער.
די מודעה איז נתפרסם געווארן פארלאפענעם ערב שבת פרשת בשלח, ווי די דיינים שרייבן אונטער אז זיי האבן געזעהן די חומרות און הידורים ביום ג' פרשת בשלח יום שנכפל בו כי טוב, און זיי האבן טאקע ערהאלטן די הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, אז פון היינט און ווייטער קענען חסידי צאנז עסן בהמה פלייש פון פישל'ס בית השחיטה, בהשגחת ביד"ץ חסידי סקווירא.
די בריוו שרייבן אונטער די דייני הקהילה, הרה"ג ר' מאיר אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ צאנז לעיקוואד, הרה"ג ר' שלמה ניימאן שליט"א דומ"ץ צאנז לעיקוואד, און דער לאנגיעריגער שוחט הרב יוסף ישראלי פון יוניאן סיטי, וועלכער איז געשטעלט געווארן אלס אחראי אויף די צאנזע שחיטה דורכן קלויזענבורגער רב זצ''ל.
Comments