top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מויז'ניץ וועט פארבלייבן איבער שבת אין שפיטאל

מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג


קול בחצרות - מטעם בית מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א איז היינט געמאלדן געווארן אז אנדערש ווי געפלאנט וועט דער רבי שליט''א פארבלייבן אין שפיטאל איבער שבת אויף אבזערוואציע'ס.

די רבי שליט''א וועלכע איז דעם מאנטיג דורך א קאמפליצירטע אפעראציע אויפן קאפ האט שוין געזאלט אהיימקומען היינטיגן דאנערשטיג אין מיטהאלטן די שבת באווארפן פון אן אייניקל דער וואך שבת, אויפן ראט פון די דאקטוירים וועט די רבי אבער מוזן פארבלייבן אויף נאך עטליכע טאג אין שפיטאל אונטער די אויפזיכט פון די דאקטוירים, מיטן האפענונג אז די רבי וועט שוין קענען אהיימקמען די קומענדיגער וואך אין מיטהאלטן די חתונה פון אן אייניקל, כלל ישראל איז ווייטער מעתיר בתפילה ותחנונים לרפאותו השלימה פונעם רבין מרן ישראל בן לאה אסתר בתוך שאר חולי ישראל.

ความคิดเห็น


bottom of page