דינסטאג פ' כי תבוא - י"ב אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: א. אייזנבאך
אין א דראמאטישע שריט איז געמאלדן געווארן מטעם בית מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, אז פון היינט און ווייטער וועלן מער נישט אפגעראכטן ווערן קיין חופות פון חסידים בחצר ביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט''א אין בני ברק. ווי באקאנט, האבן ווינזיצ'ע חסידים ביז היינט אפגעראכטן די חופות פארנט פונעם רבינ'ס שטוב כדי דער רבי זאל זיך קענען באטייליגן ביים חופה און זאגן די שבע ברכות, די חתונות זענען דערנאך על פי רוב פארגעקומען אין שטאט בני ברק, כדי נישט צו דארפן ארויספארן נאכן חופה צו ווייטערע מקומות.
אין די לעצטערע יארן ווען דער ציבור האט זיך בליעה"ר פארמערט, קומען פאר מערערע חופות יעדע נאכט ביים רבי'ן אין הויף, וואס האט צוגעברענגט צו א טלטולי דאורחא פאר צענדליגע בני המשפחה וועלכע דארפן מאכן זייער וועג קיין בני ברק פון אנדערע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, און נאכן חופה זיך צוריקקערן צו די חתונה זאלן, אריינגערעכענט זיידעס, באבעס און עלטערע אידן, אין צוגאב וואס די חופות קומען פאר אין די זעלבע צייט פון 'קבלת קהל' און טוט אוועקנעמען אסאך צייט פונעם אלגעמיינעם ציבור אריינצוגיין אל בקודש פנימה.
אין א מודעה וואס ערשיינט היינט מטעם דעם רבינ'ס שטוב ווערט געמאלדן דורך די משמשים בקודש, אז פארן רבי'ן טוט זייער וויי די טירחה און אפקומעניש פון די זיידעס און בני המשפחה און דעריבער האט דער רבי אויפגעפאדערט אז מהיום והלאה זאלן די חופות אפגעראכטן ווערן אין די שמחה זאלן וואו די חתונות קומען פאהר אן קיין אויסנאם, און דער רבי וועט זיך מיטפרייען מיט די שמחה מריחוק מקום וקירוב הלב. אזוי ארום אז פון היינט און ווייטער, וועלן חסידי וויזניץ קענען פראווענען די חתונות אויך אינדרויסן פון בני ברק און איינשפארן מוה אין צייט פאר הונדערטע אידן.
Comments