top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לקיים בנו חכמי ישראל • עצרת תפילה לרפואת האד' מקאסוב שליט"א לרפו''ש

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - יעצט נאכמיטאג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום גרויסארטיגן עצרת תפילה וואס איז פאררופן געווארן אויף היינט דאנערשטאג אויפדערנאכט אין קאסובער ביהמ''ד אין בארא פארק, ווי הונדערטער אידן וועלן זיך צוזאמקומען אויסצוזאגן ספר תהלים בהתעוררות רב, און אויספועל'ן א רפואה שלימה פארן רבי'ן, איידערן אמירת תהילים וועט מען הערן דברי התעוררות פונעם רבינס ברידער הגה''צ רבי חיים האגער אב''ד זאלישטשיק, אזוי אויך וועט מען זיך צוזאמנעמען אין די קאסובע בתי המדרשים אין וויליאמסבורג אין אין קאסובער ביהמ''ד אויף בעדפארד ווי עס וועט אויפטרעטן מיט דברי התעוררת הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, אין לעיקוואד וועט מען זיך צוזאמקומען אין קאסובער ביהמ''ד אויף Isabella Dr ווי מען וועט מיטהאלטן די דרשת התעוררות אין ב''פ דורך א לייוו הוק אפ, אין מאנסי וועט מען זיך צוזאמקומען אין באראוו ביהמ''ד אויף Parker Blvd אין שטאט


ווי די מקורבים געבן איבער איז דער רבי שוין געוואויר געווארן פון זיין שווערע מחלה שוין איבער א חודש צוריק, דער רבי האט נישט געוואלט מצער זיין די חסידים האט ער דאס נישט פארציילט פאר קיינעם, נאר ווייטער אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש ווי גארנישט וואלט געווען, מיט אן עזות דקדושה האט דער רבי ווייטער אויפגענומען דעם ציבור און מחזק געווען עדת צאן מרעיתו, אן וואס מ'זאל קענען אנזעהן אז עפעס גייט פאר הינטער די קוליסן.

טראץ וואס די מצב האט אויסגעזעהן היבש אנגעצויגן אין די ערשטע פאר וואכן, ווערט איבערגעגעבן אז עס דערקענט זיך ב"ה די תפילות ישראל, און ווי די דאקטוירים געבן איבער איז דא גאר שטארקע שאנסן און גרויס האפענונג דער רבי זאל זיך ערהוילן בקרוב מיטן אויבערשטן'ס הילף אין האבן א גאנצע רפואה בקרוב ובניקל

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, מרן שרגא פייוויש בן מלכה לרפואה שלימה, דער רבי זאל נאך קענען משפיע זיין לאנגע יארן פאר עדת צאן מרעיתו, און אריינשיינען דעם אור השם אין די אידישע הערצער מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

Comentarios


bottom of page